אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמואל הורוויץ"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט שמואל הורוויץ צו רבי שמואל הורוויץ) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 00:23, 21 דעצעמבער 2022
רבי שמואל הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ט - ה'תרפ"ג), רב אין דעמביץ.
אפשטאם
רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ט (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב ראובן הורוויץ רב אין דעמביץ, א זון פון אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשעקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
רבנות
רבי שמואל איז נאך זיין חתונה געווען א צייט רב אין פריסטיק, אין יאר ה'תרנ"ה נאך זיין ברידער רבי אלטער'לס פטירה האט זיך געשאפן א קריגעריי צווישן רבי שמואל און זיין שוואגער הרב בצלאל הורוויץ, ביז דער שינאווער רב האט געפסקנט אז דאס רבנות געהערט צו רבי שמואל און זיין שוואגער איז אוועק קיין פילזנא.
הסתלקות
רבי שמואל איז נפטר געווארן אין עלטער פון פיר און פופציג יאר, אין יאר ה'תרפ"ג (אומגעפעהר), מען האט אים געלייגט אין פאטער'ס אהל.
פאמיליע
רבי שמואל האט געהייראט מרת גיטלה די טאכטער פון הרב יחיאל וואגשאהל פון פריסטיק, זייערע קינדער:
- הרב צבי אלימלך הורוויץ הי"ד (ה'תר"ס (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דעמביץ.
- הרב חיים יעקב הורוויץ הי"ד, פון דעמביץ.
- מרת נחמה, הי"ד, די ווייב פון הרב משה האלבערשטאם, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין גריבאוו.
- מרת עטיל, די ווייב פון הרב שלמה אייכנשטיין רב אין חאדאראוו.
- מרת מירל, הי"ד, די ווייב פון הרב אשר וואגשאהל.
- מרת ביילא, די ווייב פון הרב אברהם הורוויץ (ה'תרמ"ה (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), פון זאלין.
- מרת חוה פעריל, די ווייב פון הרב יצחק הורוויץ (ה'תרס"ב – כ"ב תמוז ה'תשל"ח), מעליצער רבי פון ניו יארק.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!