מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, ביוראקראטן, אינטערפעיס רעדאקטארן, emailconfirmed, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, סיסאפן, צוות טכני, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
102,362
רעדאגירונגען
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: בֿ ← ב (2), ײַ ← יי (46)) |
ק (החלפת טקסט – " מע " ב־" מען ") |
||
| שורה 10: | שורה 10: | ||
זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווייזט די פעסטקייט פונעם באַגריף "צעשטערערישקייט“, זיך שטיצנדיק אויף די בייטראָגן פון דער פענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פאַר דער פאָרשונג פון אַפעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפטלעכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פון דער היפּאָטעזע פונעם "טויטדראַנג“ אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס. | זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווייזט די פעסטקייט פונעם באַגריף "צעשטערערישקייט“, זיך שטיצנדיק אויף די בייטראָגן פון דער פענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פאַר דער פאָרשונג פון אַפעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפטלעכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פון דער היפּאָטעזע פונעם "טויטדראַנג“ אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס. | ||
די השׂגה פון "צעשטערערישקייט“ ווייזט זיך אַרויס צו זיין אַ טייערער באַגריף אויסצוטייטשן דעם [[נאַציזם]], וואָס פאַרבלייבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פון דער מערבד'יגער קולטור. אין זיין בוך ''מכּוח דער מענטשלעכער צעשטערערישקייט, פראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט'', האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרענעצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פילאָסאָפישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפאָר. ער לייגט פאָר צו באַטראַכטן די פראַגע פון נאַציזם, לויט פראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פון אַנטסדרונג, פון כאַאָס און פאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע "כימערע“ מיט איר פאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גייסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף "צעשטערערישקייט“ קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זיין וויכטיקסט ווערק. באַומאַן טייטשט אויס דעם נאַציזם פונעם קוקווינקל פון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פונעם אינסטרומענטאַלן פאַרשטאַנד און פון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב | די השׂגה פון "צעשטערערישקייט“ ווייזט זיך אַרויס צו זיין אַ טייערער באַגריף אויסצוטייטשן דעם [[נאַציזם]], וואָס פאַרבלייבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פון דער מערבד'יגער קולטור. אין זיין בוך ''מכּוח דער מענטשלעכער צעשטערערישקייט, פראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט'', האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרענעצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פילאָסאָפישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפאָר. ער לייגט פאָר צו באַטראַכטן די פראַגע פון נאַציזם, לויט פראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פון אַנטסדרונג, פון כאַאָס און פאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע "כימערע“ מיט איר פאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גייסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף "צעשטערערישקייט“ קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זיין וויכטיקסט ווערק. באַומאַן טייטשט אויס דעם נאַציזם פונעם קוקווינקל פון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פונעם אינסטרומענטאַלן פאַרשטאַנד און פון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב מען זאָל רעדן אין פרוידיאַנישע טערמינען, קומט ראַבינאָוויטש אַרויס מיט אַ פילאָסאָפישן אַרויסזאָג לויט וועלכן לעוויאַטאַן וואָלט געקענט זיין דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "אומברענגערישע פאַרבינדונגען“ מחמת צו פיל צוואַנג, און בעהעמאָט — דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "טויטגיריקע פונאַנדערבינדונגען“. דערביי דאַרף קלאָר זיין — ניואַנסירט ער — אַז, אחוץ דעם, זענען פאַראַן לעבנס–פאַרבינדונגען און –פונאַנדערבינדונגען : "די שיידליניע ציט זיך נישט צווישן דעם ברירה–פּאָרל פראַבינדונג/פונאַנדערבינדונג, נאָר צווישן דער קרענקלעכער סכעמע אָדער דער עראָטישער דינאַמיק וואָס באַלעבן זיי“. דער באַגריף צעשטערערישקייט דערלויבט זשעראַר ראַבינאָווישן צו דערקענען, אַרטיקולירן און באַטראַכטן די ענלעכקייטן און אַנדערשקייטן צווישן די דערמעגלעכנדיקע באַדינגונגען און די פּראַקטישע דרכים פונעם דריטן חורבן און פונעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ אין 1994. זשעראַר ראַבינאָוויטש גייט איצט ווייטער אָן מיט זיינע פאָרשונגען איבערן באַגריף "צעשטערערישקייט“, דורך זיינע אַרבעטן וועגן נאַציזם, וועגן דעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ און וועגן דער אונטערוועלט און די מאַפיעס, ווי אויך וועגן די אָפּרופן פונעם נאַציזם אין די אויסדרוקן פון היינטיגן פונאַנדערפאַל פון געזעלשאַפטלעכן צוזאַמענבונד. | ||
=== אַן עטיק פון אַנטוישונג === | === אַן עטיק פון אַנטוישונג === | ||
רעדאגירונגען