אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באברויסק"
(קרדיט + קטגוריות) |
שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) ק (החלפת טקסט – "\{\{\#אייגנשאפט\:p\d+\}\}↵" ב־"") |
||
שורה 2: | שורה 2: | ||
| אמטשפראך נאמען = Бабруйск | | אמטשפראך נאמען = Бабруйск | ||
| סארט יישוב = שטאָט | | סארט יישוב = שטאָט | ||
| הערב = | | הערב = | פאן = | בילד = Babrujsk Montage.jpg | ||
| פאן = | |||
| בילד = Babrujsk Montage.jpg | |||
| באשרייבונג = | | באשרייבונג = | ||
| מדינה = {{פאן בעלארוס}} | | מדינה = {{פאן בעלארוס}} |
רעוויזיע פון 08:45, 30 נאוועמבער 2022
|
באָברויסק ("באָבראָיסק", בעלאַרוסיש: Бабруйск; רוסיש: Бобруйск) איז אַ שטאָט אין די מאַהיליאָוו וואָבלאַסט פון בעלאַרוס אויפן בערעזינאַ טייך, מיט א באַפעלקערונג פון בערך 227.000 מענטשן (2000).
דער נאָמען באַברויסק (ווי אויך דער נאָמען פון באַברויקאַ טייך) שטאַמט מסתמא פון בעלאַרוסישן וואָרט פאַר ביבער (бабёр), פילע פון וועלכע האָבן באַוואוינט די געגנט אין דער פארגאנגענהייט.
באָברויסק באזיצט אַ שטח פון 66 קוואַדראַט קילאָמעטער, און אַנטהאַלט איבער 450 גאַסן, די לענג פון אַלע גאַסן צוזאַמען באַטרעפט איבער 430 קילאָמעטער.
באָברויסק באפינט זיך אין דער קרייצונג פון אייזנבאַן ליניעס אין דער ריכטונג פון אַסיפּאָוויטשי, זשלאָבין, קאַסטריטשניצקי און אויך וועגן צו מינסק, גאָמעל, מאָגילעוו, קאַלינקאַוויטשי, סלוצק און ראָגעטשאָוו. עס האָט די גרעסטע האָלץ זעגעריי אין בעלארוס, און איז אויך באַוואוסט פאַר זיינע כעמישע, מעטאַל-פארארבעטונג און מאַשינענבוי אינדוסטריעס.
אין 2003, זיינען געווען 34 עפנטלעך שולעס אין באַברויסק מיט איבער 34,000 שילער און סטודענטן. עס זיינען אויך דאָ דריי שולעס ספעציאליזירט אין מוזיק, טאַנץ און וויסואַל קונסט. דאצו אַ מעדיצינישע הויכשול און עטלעכע שולעס אין פאַכמעניש-טעכנישן בארייך.
געשיכטע
באַברויסק איז צום ערשטן מאָל דערמאָנט אין 14טן יאָרהונדערט און אין 15טן י"ה אָן שרייבט מען אין כתב־ידן וועגן באַברויסקער "וואָלאָסט".
אין שפּראַך און רעליגיע איז די שטאָט געווען דורכויס אַ סלאַווישע. אירע איינוואוינער האָבן אָנטייל גענומען אין ניט־געלונגענעםם אַנטי־מלוכהשן רעוואָלט פון 1508 קעגן דעם פויליש-ליטווישן פירשטנטום.
צום 17טן י"ה האָט באַברויסק זיך אנוויקלט אלס אַ צענטער פאר דער פּויערליכן אומגעגנט, מיט אַ באַפעלקערונג פון 2000 מענטשן. אין דער צייט פון כמעלניצקיס אויפשטאַנד, בשעת אַ טייל פון אויפשטענדער זיינען אַריבער אין ווייסרוסלאַנד, איז באָברויסק געווען איינע פון די שטעט וואָס האָבן זיי אויפגענומען מיט ענטוזיאַזם: אין שטאָט האָט זיך באַזעצט אַ קאַזאַקישער אָפּטייל פון אַטאַמאַן פּאָדדובסקי.
באַרימטע מענטשן פון באַברויסק
ליטעראַטור
- סלוצכי י, רעד. (1967) בוברויסק: ספר זכרון לקהילת בוברויסק ובנתה, תרבות והנוך, תל אביב, 872 זז'.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: באברויסק |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!