אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קירילישע שריפט"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 14: | שורה 14: | ||
[[קאַטעגאָריע:שריפט]] | [[קאַטעגאָריע:שריפט]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:31, 27 נאוועמבער 2022
די קירילישע אָדער צירילישע שריפט איז אן אלפאבעטישע שריפט סיסטעם וואס האט זיך אנטוויקלט אין דער ערשטער בולגארישער אימפעריע אין דעם 10טן יארהונדערט, ווען באריס דער ערשטער פון בולגאריע האט געוואלט אז די בולגארן זאלן האבן זייער אייגענע שריפט סיסטעם.[1] זי איז דער יסוד פון די אלפאבעטן וואס מען ניצט אין פארשידענע שפראכן אין מזרח אייראפע און אזיע, ספעציעל די סלאווישע שפראכן און שפראכן פון פעלקער וואס זיינען אדער זיינען געווען אונטער דער השפעה פון רוסלאנד.
קיריליש שטאמט פונעם גריכישן אלפאבעט, מיט צוגעלייגטע קאנסאנאנטן פאר קלאנגען נישט געטראפן אין גריכיש. אזוי, למשל, צוויי בוכשטאבן צו באצייכענען די t͡s און ʃ קלאנגען זענען געקומען דירעקט פון לשון קודש: Ц (פון צ) און Ш (פון ש).
זינט בולגאריע איז געווארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד דעם 1טן יאנואר 2007, איז קיריליש געווארן די דריטע אפיציעלע שריפט פונעם אייראפעישן פארבאנד, נאך די לאטיינישער און גריכישער שריפטן.
קיריליש איז די סטאנדארטע שריפט פאר שרייבן די פאלגנדע שפראכן:
- סלאווישע שפראכן: אוקראיניש, בעלארוסיש, בולגאריש, מאקעדאניש, סערבא-קראאטיש (אין סערביע, באסניע און צוטייל אין מאנטענעגרא), רוסיניש און רוסיש.
- נישט-סלאווישע שפראכן: אבכאז, אסעטיש, מאנגאליש, קירגיז, טאטעריש און אנדערע.
רעפערענצן
- ↑ Paul Cubberley (1996) "The Slavic Alphabets" and later finalized and spread by disciples Kliment and Naum in Ohrid and Preslav schools of Tsar Boris' Bulgaria. In Daniels and Bright, eds. The World's Writing Systems. Oxford University Press. ISBN 0-19-507993-0.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!