אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אלעזר רוקח (בעלז)"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022
רבי אלעזר רוקח זצ"ל (ה'תק"ע - י"ט כסלו ה'תרמ"ב), פון בעלזא. דאס עלצטע קינד און דער בכור פון דעם שר שלום פון בעלזא.
אפשטאם
רבי אלעזר'ל איז געבוירן און יאר ה'תק"ע (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב שלום רוקח פון בעלזא, באקאנט אלס דער "שר שלום", און צו זיין מוטער מרת מלכה, א טאכטער פון הרב ישכר דוב רומערז רב אין סקאהל.
אויף רבי אלעזר'ל האט מען געזאגט ער האט דאס אויסזען פון זיין פאטער; דער רוזשינער האט געזאגט, ס'איז צו דערקענען אויף אים אז ער איז דאס ערשטע כח פון פאטער.
אין יאר ה'תרט"ו נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט רבי אלעזר'לס יונגסטער ברודער רבי יהושע'לע איבער גענומען די רביסטעוווע פון פאטער, אין רבי אלעזר'ל איז געבליבן וואוינען אין בעלזא און זיך ערנערט פון זיין וויין געשעפט.
הסתלקות
רבי אלעזר'ל איז נפטר געווארן י"ט כסלו ה'תרמ"ב. און ליגט נעבן זיין פאטער.
זיין מצבה איז איינע פון די פיר אויפן בית החיים אין בעלזא, וועלכע זענען נישט געשעדיגט געווארן אין דעם צווייטן וועלט קריג.
פאמיליע
רבי אלעזר'לס קינדער:
- הרב אהרן רוקח ( - ), רבי אין לוביטש - קרולובסקי.
- הרב יהודה רוקח ( - ), רבי אין דינאוו.
- הרב אלכסנדר סענדער רוקח ער איז נפטר געווארן יונג ( - כ"ד תמוז ה'תרי"ג). ער האט געהייראט מרת חנה רחל א טאכטער פון זיין פעטער (זיין מוטער'ס ברודער) הרב צבי הירש רומערז רב אין לעשנאוו. (נאך זיין פטירה האט זי געהייראט בזיווג רביעי הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שנאווער רב).
- די ווייב פון הרב יחיאל מיכל האגער רבי אין סטראזשיניץ.
- די ווייב פון הרב מנחם מענדל כהנא, פון ווישאווא.
- די ווייב פון הרב אביעזרי זעליג שפירא, פון קאזשניץ, א זון פון הרב יעקב יצחק שפירא פון בלענדאוו, א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, דער "שרף" פון מאגליניצא.
- די ווייב פון הרב שלמה יהודה וועבער רב אין ברעזשאוו.
- מרת מרים, די ווייב פון הרב יוסף יוסקא לאם, פון בעלזא.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר