אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פארע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 9: שורה 9:
[[קאַטעגאָריע:מעטעאראלאגיע]]
[[קאַטעגאָריע:מעטעאראלאגיע]]
[[קאַטעגאָריע:וואסער]]
[[קאַטעגאָריע:וואסער]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 22:04, 27 נאוועמבער 2022

וואסער וועפעכץ (פארע) ווערט געדעכט איבער א טעפל טיי אזוי ווי עס הייבט אן אפצוקילן.

אין פיזיקאלישער כעמיע, און אינזשעניריע, פארע באדייט געוועפט וואסער. זי איז א לויטערער אומזעהבארער גאז. ביים סטאנדארטן אטמאספערישן דרוק, לויטערע פארע (נישט געמישט מיט לופט, נאר אין גלייכוואג מיט פליסיגן וואסער) האט בערך 1,600 מאל דעם פארנעם פון פליסיגן וואסער. אין דער אטמאספערע, דער טיילווייזער דרוק פון וואסער איז אסאך נידעריגער פון 1 אטמ, במילא וואסער אלס גאז קען עקזיסטירן אין טעמפעראטורן אסאך נידעריגער פון 100º C (זעט וואסער וועפעכץ און פייכטקייט).

אין טאג טעגליכע רייד, באדייט פארע די ווייסקייט פון קאנדענסירן וואס מען זעהט העכער פון קאכעדיג וואסער ווען דאס הייסע וועפעכץ ("פארע" לויט די וויסנשאפטלערס, ווי דערמאנט אויבן) מישט זיך מיט קילערער לופט. אין אמת'ן דער דאזיגער "נעפל" באשטייט פון קליינע טראפעלעך פליסיגן וואסער, און נישט וואסער אלס גאז, איז ער טעכניש גערעדט נישט פארע. אינעם שנאבל פון א קאכענדן קעסל, וואו ס'איז נישט דא קיין קאנדערסירט וואסער, זעהט מען טאקע גארנישט אבער ער איז פול מיט פארע!

די חכמה פון פארע וואס קומט פון וואסער הייסט אטמאלאגיע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!