אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פארלאמענטארע דעמאקראטיע"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 5: | שורה 5: | ||
[[קאַטעגאָריע:רעגירונג]] | [[קאַטעגאָריע:רעגירונג]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:04, 27 נאוועמבער 2022
א פארלאמענטארע דעמאקראטיע איז א רעגירונג סיסטעם וואו דער פארלאמענט איז די לעגיסלאטור, און טוט באשטימען דעם עקסעקוטיוו. א פארלאמענטארע דעמאקראטיע קען זיין א רעפובליק (אזוי ווי איטאליע) אדער א מאנארכיע (אזוי ווי דאס פאראייניגטע קעניגרייך). אן אנדער סארט דעמאקראטיע האט א געוויילטן פרעזידענט (למשל די פאראייניגטע שטאטן).
אין א פארלאמענטארער דעמאקראטיע, דער עקסעקוטיוו, די רעגירונג, וואקסט פונעם פארלאמענט, און דארף האבן די שטיצונג און צוטרוי פון א מערהייט פון מיטגלידער פונעם פארלאמענט. דער דאזיקער קערפער האט דעם כוח אראפצוווארפן די רעגירונג מיט א החלטה פון אומצוטרוי פון רוב מיטגלידער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!