אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אלכסנדר סענדער יום טוב ליפא אייכנשטיין"
(-קאַטעגאָריע:זידיטשוב; ±קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם←קאַטעגאָריע:זידיטשויווער רבי׳ס using HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022
רבי אלכסנדר סענדער יו"ט ליפא אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקפ"ד - י"א תשרי ה'תרמ"ד), רבי אין זידיטשוב.
אפשטאם
רבי סענדער ליפא איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ד (אומגעפער), דער עלצטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון הרב ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.
רבנות
רבי סענדער ליפא איז געווען זיין פאטער'ס רעכטע האנט, מערסטנסטייל פלעגט ער דאווענן מוסף שבת פאר דעם עמוד. ער איז געווען א תלמידד פון זיין שוועסטער-קינד הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין רב אין ראזלא, רבי סענדער ליפא האט געהאט היתר הוראה פון הרב יוסף שאול נאטאנזאן דער שואל ומשיב.
רבי סענדער ליפא איז געווען דרייסיג יאר רב אין זידיטשוב, פון תרי"ד ביז תרמ"ד. נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין תרל"ג איז ער געווארן זידיטשויווער רבי אויף זיין פאטער'ס ארט.
הסתלקות
יום כיפור תרמ"ד איז רבי סענדער ליפא שוין געווען זייער שלאַף, דאך האט ער געזאגט ביינאכט מיט א ציטערדיגער שטימע לדוד מזמור, און בייטאג האט ער געזאגט שיר המעלות ממעמקים. מוצאי יום כיפור האט ער מחדש געווען די לבנה, צומארגנס י"א תשרי ה'תרמ"ד איז ער נפטר געווארן.
פאמיליע
רבי סענדער ליפא האט געהייראט בזיווג שני א טאכטער פון הרב יהודה ליביש יאליש א זון פון מלא הרועים. זיינע קינדער:
- הרב אהרן מנחם מענדל אייכנשטיין (ה'תר"י (אומגעפער) - י"ט מנחם אב ה'תרפ"ג), פון אלעסק.
- הרב יהודה אייכנשטיין, פון סאנוק.
- הרב פנחס אייכנשטיין, פון סטריא.
- מרת ליבעלי, די ווייב פון הרב משה חיים סאפרין, פון אלטשטאט.
- מרת דבורה, די ווייב פון רבי חיים יחיאל רובין (כ"ג ניסן ה'תרי"ד - ה'תרע"ח), רבי אין דאמבראווא.
- מרת אסתר, די ווייב פון רבי שמעון בצלאל ניימאן.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר