אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ניי-גינע"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
[[קאַטעגאָריע:פאציפישער אקעאן]] | [[קאַטעגאָריע:פאציפישער אקעאן]] | ||
{{געא-שטומף}} | {{געא-שטומף}} | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 20:53, 27 נאוועמבער 2022
ניי־גינע איז דער צווייט־גרעסטער אינזל אין דער וועלט, נאך גרינלאנד, מיט א שטח פון 786,000 קוואדראט ק"מ. די צאל איינוואוינער איז אומגעפער 7.5 מיליאן, מיט א נידריגער געדיכטקייט פון 8 נפשות צו א קוואדראט ק"מ.
ניי־גינע ליגט אינעם פאציפישן אקעאן, צפון פון אויסטראליע.
פאליטיש איז דער אינזל צעטיילט אויף צווי טיילן וואס זענען מער ווייניגער גלייך:
- דער מערב טייל געהערט צו אינדאנעזיע. ער הייסט פאפוא, צעטיילט אין צוויי פראווינצן פאפוא און מערב פאפוא.
- דער מזרח טייל איז אן אומאפהעניקע מדינה - פאפוא ניי-גינע.
געאגראפיש געהערט דער אינזל צו מעלאנעזיע, דער מערב געגנט פון די פאציפישער אקעאן אינזלען.
דער אינזל איז באדעקט מיט בערג. דער העסטער בארג איז פאנטשאק דזשאיא, וואס דערגרייכט א הייך פון 4,884 מעטער. פון דעם שטאנדפוקט פון בעלי חיים איז ניי-גינע גאנץ ענלעך צו אויסטראליע מיט אזעלכע חיות ווי וואלאביס, איגלען און אפאסום. מוסטער:געא-שטומף
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!