אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה לייב סאסובער"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 36: | שורה 36: | ||
[[קאַטעגאָריע:תלמידים פון רבי אלימלך]] | [[קאַטעגאָריע:תלמידים פון רבי אלימלך]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 19:55, 27 נאוועמבער 2022
רבי משה יהודה לייב ערבליך[1] זצ"ל (ה'תק"ה - ד' שבט ה'תקס"ז) רב אין סאסאוו, באקאנט אלס רבי משה לייב סאסאווער.
אפשטאם
רבי משה לייב איז געבוירן אין בראד אין יאר ה'תק"ה, צו זיין פאטער הרב יעקב ערבליך, פון בראד, א זון פון הרב יוסף יוסקא (ערבליך), רב אין פאדקאמין, פארפאסער (מחבר) פון ספר אהל יוסף.
דער פאטער רבי יעקב איז געווען פון די באקאנטע תלמידי חכמים וואס זענען געזעצן און געהארעוועט אין תורה טאג און נאכט אין דער בראדער קלויז, און זיך נישט פארנומען מיט קיין שום ארבעט. זיין ווייב האט אביסל געהאנדלט, און דערפון אריינגעברענגט אויף ברויט און וואסער.
אין יאר ה'תק"ה נאך דעם וואס רבי משה לייב איז געבוירן, האט זיין ווייב מער נישט געקענט ארויסגיין האנדלען. רבי יעקב האט געזען אז ער מוז עפעס טוהן, האט ער זיך פארדינגן אלס מלמד ביי א גביר אין סאסאוו אויף צו לערנען מיט זיינע קינדער, און ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין סאסאוו. נאך פינף יאר האט זיך יענער גביר אוועקגעצויגן פון סאסאוו, און רבי יעקב איז ווידער געבליבן אָן פרנסה, און ער איז פלוצלונג קראנק געווארן און דערפון בלינד געווארן, אז ער האט זיך נישט מער געקענט באשעפטיגן מיט קיין פאך.
די רביצין איז געבליבן פארביטערט, ס'האט נישט געפינען קיין לעזונג צו איר שווארן לאסט, ביז איין טאג קלאפט ביי איר א באקאנטע, און פארציילט, מיין מאן פירט א בעקעריי אין נויטיקט זיך אין עמיצן וואס זאל אים צוהעלפן, פילייכט וואלט משה לייב'לע געקומען ארבעטן אין געוועלב, און איר מאן וועט אים באלוינען דערפאר. משה לייב'לע האט געהארכט דעם שמועס, און האט מיט צופרידנהייט צוגעשטימט צו שפייזן זיינע צובראכענע עלטערן. ווען ביים בעקער איז נישט מער געווען אזויפיל ארבעט איז רבי משה לייב'לע ארומגעגאנגען איבער די געשעפטן פרעגען ווער ס'דארף הילף. אזוי ארום איז משה לייב'לע געווארן שטאטס-משרת, און יעדער וואס האט געדארפן הילף האט געוואוסט זיך צו ווענדען צו אים. איין טאג האט ער אויפגעהאקט אייז צו שעפען וואסער, און איין טאג האט ער געהאקט האלץ, און אן אנדערען טאג איז ער ארומגעגאנגן איינמאנען חובות, און אזוי ווייטער.
פון איין זייט איז משה לייב'לע געווען צופרידן צו שפייזן זיינע צובראכענע עלטערן. אבער יעדע פרייע מינוט פלעג ער זיך אריינכאפן אין בית המדרש און אויסגיסן זיין הארץ צום אייבערשטען ער זאל אים דערמעגלעכן צו קענען זיצן און לערנען תורה.
רבנות
משה לייב איז געווארן א תלמיד מובהק פון דעם רבי'ן ר' שמעלקא, ביי וועמען ער האט געלערנט זיבן יאר.[2]
אין יאר ה'תקמ"ג האט מען אויפגענומען רבי משה לייב אלס רב אין סאסאוו.
הסתלקות
רבי משה לייב איז נפטר געווארן ד' שבט ה'תקס"ז, אין סאסאוו.
פאמיליע
רבי משה לייב האט געהאט צוויי קינדער:
- מרת פעסיא לאה, די ווייב פון הרב דוד האגער (ה'תקנ"ז - כ"א מנחם אב ה'תר"ח), פון זאבלאטוב, פארפאסער פון ספר צמח דוד, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו דער אהבת שלום.
- הרב יקותיאל שמעלקא ערבליך ( - ), פון סאסאוו.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!