דרעפט:רבי יעקב עמדין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יעקב ישראל, בר' צבי (יעבץ) אשכנזי איז געבוירן געווארן אין אַלטונא יוני 4, 1697. ער האט געלערנט ביי זיין פאָטער "חכם צבי". צו פינף יאר האט ער געענדיגט מסכתא ברכות. שפּעטער האט ער געלערנט אין זיין שווער'ס ישיבה. ער האָט געלערנט קבלה, פילאזאפיע, לאטיין, האלענדיש. נישט וועלנדיג זיין א רב, האט ער געהאנדלט מיט צירונג. אין 1728 איז ער דאך געווארן רב אין עמדען, דערפון דער נאמען ר’ יעקב (פון) עמדין. אין 1733 איז ער צוריק אין אלטונא. ער גרינדעט דארט, מיט דער ערלויבעניש פון דעם קעניג פון דענעמאַרק, א דרוקעריי, גיט ארויס זיין סידור "עמודי שמים". ער האט שטארק געקעמפט קעגן אלע וועמען ער האט חושד געווען אין שבתי צבי'איזם, באזונדערס קעגן ר’ יהונתן אייבשיץ. ער ווערט געצווינגען צו פארלאזן אלטונא, פארט קיין אמסטערדאַם, קערט זיך שפּעטער אום צוריק קיין אלטונא, וואו ר’ יהונתן’ס אנהענגער האָבן אים שפּעטער ווידער פארפאלגט. האבנדיג געווען א פרוכטבארער שרייבער און קריטיקער, האט ער געשאפן פילע לומדישע ווי אויך פּאָלעמישע ווערק: לחם שמים, א פּירוש אויף משנה; אגרת בקורת (תשובות), שאלות יעב"ץ, דריי הונדערט און צוויי און זיבעציג תשובות; סידור בית יעקב מיט א פּירוש; עץ אבות, א פּירוש אויף פּרקי אבות; א קריטישע אויסגאבע פון סדר עולם רבה וזוטא; מור וקציעה אויף אורח חיים; ציצים ופּרחים (א קאלעקציע קבלה מאמרים); עדות ביעקב (קעגן ר’ יהונתן אייבשיץ); שבורת לוחת האבן; אם לבינה, הערות און נאך.

נישט וועלנדיג זיין א רב, האט ער געזאגט "ברוך שלא עשני אב"ד".

ער איז נפטר געווארן אין אלטונא אפּריל 19, 1776.