דרעפט:רבי חיים יוסף דוד אזולאי
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי חיים יוסף דוד אזולאי איז געבוירן געווארן אין ירושלים אין דעם יאר תפּ"צ (1727) און איז נפטר געווארן אין ליוואָרני, איטאליע, עלף טעג אין אדר, אין דעם יאר תקס"ו, מארטש 12, 1806. ער איז געווען א גרויסער בקי, א גלענצנדער בעל סדר, א בארימטער ביבליאָגראַף, וועלכער האט געוויסט נישט נאר די נעמען פון ספרים נאר טאקע אויך דעם אינהאלט. ער איז באוויסט אלס חיד"א. זיינע הערות "נצוצי אורות" אויפן זהר זענען בארימט.
ער איז דער מחבר פון העכער הונדערט ספרים, פּירושים און חידושים אין הלכה און אין אגדה; שאלות ותשובות, מוסר, כללים אין תלמוד, "עבודת הקודש" וועגן תפילות און מנהגים, און "מעגל טוב" וואס באשרייבט זיינע פילע רייזעס. באזונדערס בארימט איז זיין ביבליאָגראפיש ווערק "שם הגדולים". עס איז א זייער וויכטיג ווערק וועגן דער געשיכטע פון אונזער ליטעראטור. עס אנטהאלט ביאגראפיעס פון ארום דרייצן הונדערט אידישע גדולים, און ביבליאגראפישע ידיעות וועגן ספרים און כתבי יד, מאנוסקריפּטן. ער האט עס, אגב, מסדר געווען צום דרוק אין משך פון די זעקס וואכן, ווען ער איז געווען איינגעשפּארט אין דעם ליוואָרניער פּאָרט.
אלס ניין און צוואנציג יאריגער אינגערמאן האט די חברון'ער קהילה אים געשיקט קיין אייראפּע זאמלען געלט. ער האט באזוכט מצרים, איטאליע, האלאנד, ענגלאנד, פראנקרייך, טערקיי. די רייזע האט געדויערט פינף יאר. שפּעטער איז ער געפארן נאך אפּאר מאל אין ענליכע מיסיעס.