דרעפט:יודל מארק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יודל מארק (1897–1975) איז געווען א יידישער לינגוויסט, ערציער און פּאליטישער אקטיוויסט.

ביאגראפיע

יודל מארק איז געבוירן אין פּאַלאָנגע (אין דער רוסישער אימפעריע), איצט ליטע. געלערנט אין דער ארטיגער רוסישער מלוכה שולע און אידישע לימדים און העברעאיש ביי פריוואטע מלמדים און לערערס, דערנאך אין כהנ'ס גימנאַזיע אין ווילנע. פון 1915 ביז 1918 האט ער שטודירט אויפן היסטאריש־פילאָלאָגישן פאַקולטעט פון פּעטערבּורגער אוניווערסיטעט און אויף די הויכע קורסן פון באַראָן גינזבורג. ער האט געהערט צו דעם אינטעלעקטואַלן קרייז פון היסטאריקער שמעון דובנאוו, וועמענס אנהענגערס האבן געגרינדעט דער רוסישער "אידישער פאָלקספּארטיי" (העב'). נחום שטיף און זעליג קאלמאנאוויטש האבן באאיינפלוסט מארק צו שטודירן יידיש לינגוויסטיק. ער איז געווען סעקרעטאר פון יידישן "סטודענטישן הילפס-פאראיין" און גרינדער פון א פאָלקיסטישער סטודענטן-גרופע, גלייכצייטיג געווען טעטיג אין דער "חברה מפיצי השכלה" און אין ביורא פון צ"ק פון דער פאָלקס־פּאַרטיי. סוף 1918 האט ער זיך באזעצט אין ליבאַווע (Liepāja), לעטלאנד און געווען דארט א דער פאָרשטייער פון דער "יידישער פאָלקס־פּאַרטיי" אין דער שטאָט־פארוואלטונג און אין צייטווייליגן לעטלענדישן סיים.

1919-1920 געווען אַ יידישער לערער אין דער שקודער (Skuodas) פּראגימנאזיע, דערנאך (מיט איבעררייסן) געלעבט ביז 1924 אין ווילקאָמיר (Ukmergė), ליטע. גרינדער פון דער "ווילקאמירער ייִדישער רעאַל־גימנאזיע" (די ערשטע אין ליטע) און איר לערער פון ייִדיש און רוסיש. 1922, צוזאמען מיט יוסף טשערניכאָוו, געפירט די וואַל־קאמפּאניע פאר דער "פאָלקס־פּארטיי" צום ליטווישן סיים. אין 1923 איז ער געווארן גענעראַל־סעקרעטאַר פון ייִדישן נאַציאָנאַל־ראט, 1930-1927 לערער פון ייִדיש און ייִדישער ליטעראטור אין ריגער שטאָטישער ייִדישער גימנאזיע און לערער פון ייִדיש אויף די מלוכהשע ייִדישע לערער־קורסן, דערנאך געווען א לערער אין דער קאָוונער קאָמערץ גימנאזיע. געווען אַ מיטגרינדער פון ייִדישן וויסנשאַפטליכן אינסטיטוט און פון 1929 א מיטגליך פון זיין אויספיר ביורא.

אין 1934 איז ער צום ערשטן מאל געקומען קיין אמעריקע און אין 1936 צום צווייטן מאל. זינט דעמאלט טעטיק אין ייִדישן פּעדאַגאָגיש־ערציערישן, פילאָלאָגישן, ליטערארישן און געזעלשאפטליכן לעבן אין אמעריקע. געווען א לערער אין דער ייִדישער מיטלשול און אויף די לערער־קורסן פון ארבעטער רינג. זינט 1941 - קאנסולטאַנט פאר ייִדישע שולעס ביי דער "דזשואיש עדיוקעישאן קאָמיטי" אין נ"י. געווען אויך וויצע־פּרעזידענט פון דעם "קאונסיל פאר אידישער ערציאונג". ער האט געוואוינט אין נ"י, אין 1947 און 1958 באזוכט מדינת ישראל, 1958 – דרום אַפריקע, און 1963 – אַרגענטינע.

מארק'ס פרוי, פייגל מארק, געבוירן 1912 אין צויזמער, פוילן, האָט געדרוקט ערציילונגען אין "קינדער־צייטונג" און "קינדער־זשורנאַל" און א סעריע ארטיקלען וועגן מאלעריי אין "אידישער קעמפער". זי איז געווען א לערערין פון ייִדיש אין דער "ניו סקול פאר סאושעל ריסוירטש" אין נ"י. מארק'ס זון, עמנואל מארק, האט געדרוקט לידער אין "צוקונפט".

ווערק

זיין שרייבערישע טעטיגקייט האט מארק אנגעהויבן אין דער טאג-צייטונג "מוסטער:טערמים", קאוונע, 1921 (רעדאקטאר ד"ר א. מוקדוני), וואס איז פון יוני 1922 בין סוף 1923 ארויס ווי א וואכנבלאט אונטער מארק'ס און י. טשערניכאוו'ס רעדאקציע און אין די יארן 1926 ביז מיטן 1927 אונטער מארק'ס און עוזר פינקעלשטיינ'ס רעדאקציע. 1923–1924 איז מארק געווען א מיטארבעטער פון ד"ר זשיטלאווסקי'ס חודש-זשורנאל "דאס נייע לעבען". ער האט זיך באטייליגט אויך אין דער זמ"ג "דער וועג צו דער ייִדישער וויסנשאַפט", קאָוונע, 1926; "דאָס פאָלק", "פרימאָרגן" ריגע; "ווילנער טאָג", "ייִדיש פאַר אַלע", "די נייע שול" ווילנע; "שול־וועגן", וואַרשע; "דרום־אַמעריקע", ב"א, א"א. 1934-1930 געווען הויפט־רעדאקטאר פון "פאָלקסבלאַט", קאָוונע, וואו עס זענען, חוץ ארטיקלען אויף פארשיידענע טעמעס, דורך אים אויך געדרוקט אין המשכים פון דייטש איבערגעזעצטע ראָמאַנען: "אויפן מערב־פראָנט קיין נייס" פון עריק מאריא רעמאַרק און "בערלין אָן יידן" פון סאמ. גראנעמאן. פון אָנהייב 1930 ביז זיין קומען קיין אמעריקע געווען דער ליטווישער קאָרעספּאָנדענט פון ניו יארקער "פאָרווערטס" (אונטערן פסעוודאנים ד"ר שטיינבאך – "בריון פון ליטע"). אין אמעריקע (זינט 1936) זיך באטייליגט אין "צוקונפט", "פארווערטס", "אונזער שול", "קולטור און דערציאונג", "אויפן שוועל", "אידישער קעמפער", "ייִדישע דערציונג". "פּראָלעטאַרישע וועלט", "אונזער וועג", "קינדער צייטונג" - נ"י.

ער איז געווען א מיטאַרבעטער (זינט 1930) אין די "ייווא בלעטער" (ווילנע–נ"י), וואו ער האט פארעפנטליכט צענדליגער ארבעטן איבער לינגוויסטישע פראַגעס, איז געווען דער רעדאקטאר פון דעם ייווא זשורנאַל "יידישע שפראך", וואו ער האט, צווישן אנדערע, אפגעדרוקט אַן ארבעט איבער מענדל לעפין־סאַטאַנאָווער, ווי אויך זיין עקספערימענט פון דער ייִדישער איבערזעצונג פון לינקאלנ'ס "געטעסבורגער אדרעס". אין "זאַמלבוך לכבוד 250טן יובל פון דער יידישער פּרעסע, 1686–1936", 1937, זז' 250–298, פאַרעפנטליכט די ארבעט "ייִדישע פעריאדישע אויסגאבעס אין ליטע" און אין זמ"ב "ליטע", באנד 1, 1951, זז' 472-429, די אָפּהאַנדלונג: "אונזער ליטווישער ייִדיש". ער האט אנגעשריבן דעם אריינפיר און אפגעקליבן דעם מאַטעריאל פאר דעם בוך: "ד"ר חיים זשיטלאווסקי – געקליבענע ווערק", 1955, 422 זז', ארויס אין דער "שטיי־ביבליאטעק" ביים אלוועלטליכן ייִדישן קולטור־קאנגרעס. ער האט געשריבן די "הערות און באמערקונגען" צום באנד 8 פון ש. דובנאוו'ס "וועלט־געשיכטע פון יידישן פאלק", ב"א, 1955. אין דעם "ש. ניגער בוך, ייווא", 1958, זז' 157-127 אפגעדרוקט ייִדיש־העברעאישע און העברעאיש־יידישע ניי-שאַפונגען". זיך באטייליגט אין די ייִדיש־העברעאישע "יארביכער" פון ביכער־ראט, נ"י; אין Jewish Education; פינקעלשטיינ'ס The Jews. אין דער Encyclopedia of Literature, 1947, פארעפנטליכט טיילן פון א גרעסערער "געשיכטע פון ייִדישער ליטעראַטור".

מארק איז געווען רעדאקטאר פון: "פעדאגאגישן ביולעטין", נ"י (זינט 1941); "פנקס ביאליסטאק", באנד 1, 1949, באנד 2, 1950; באנד 2 פון "יארבוך פון אַמאָפּטייל פון ייווא", 1939 (צוזאמען מיט לייבוש לעהרער). איז דער מיטרעדאקטאר (צוזאמען מיט פּראָפ, יודא א. יאפע) פון דעם "גרויסן ווערטערבוך פון דער ייִדישער שפראַך", באנד 1, 1962.

אין בוכפארם: "שול־גראמאטיק". ערשטער קאנצענטער, קאוונע, 1921, 124 זז' (צווייטע אויסגאבע, קאוונע, 1923, 144 זז'); "איינהייטלעכע פאלקשול" (אווטאנאמיע אין שול; אונזערע ריכטונגען; די איינחייטלעכע שול), קאוונע, 1922, 119 זז'; "פראגראם פאר יידיש, שפראך און ליטעראטור" (פאַר פעדאַגאגישע קורסן, פאַר לערער־סעמינארן, פאַר לערער־עקזאמענס), ריגע, 1928, 32 זז' (צוזאמען מיט י. כארלאש); "אַלע מאמעט זענען שיין" (לויט מ. י. בערדיטשעווסקי), 1937, 48 זז' (צווייטע אויפלאגע, 1939); "פראָגראַם פאַר יידיש אין דער עלעמע\נטאַרשול", 1939, 81 זז'; "ארבעטסבוך פאַר ייִדיש אין מישלשול", בוך איינס, 1939, 106 זז': צווייטער טייל, 1940, 35 זז' (צווייטע, פאַרבעסערטע אויסגאבע, 1941, 207 זז'): "גוט יום טוב", מעשהלעך וועגן ימים טובים פאַר קינדער (חנוכה, פורים, פסח, מגילת רות), 1940; "די געשיכטע פון דער ייִדישער ליטעראַטור" (קאָנספּעקט), 1943, 54 זז'; "דער וואָקאַבולאַר פאַרן אָנהייבער־קלאַס אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער שול" (צוזאַמען מיט י. שטיינבוים און דוד ברידזשער), 1944, 78 וז'; "חומש פאַר קינדער" (לויט יהואש), 1944, 270 זז'.

פון זיינע ערציילונגען וועגן אידישע היסטארישע געשטאלטן, געדרוקט אין "קינדער־צייטונג", זענען ערשינען: "רבינו גרשום, רש"י, יהודה חסיד", 1941, 32 זז'; "דוד הראובני און שלמה מולכו", 1941, 98 זז'; "דער ייִדישער פויפסט", 1947, 125 זז', מיט צייכענונגען פון י. ליכטענשטיין; "דער רמבם", 1947, 56 זז' - די אַלע, צוזאַמען מיט די צוגעגעבענע "ר' מאיר פון ראָטענבורג", "משה בן חנוך", "חסדאי איבן שפרוט", "ר' שמואל הנגיד", "רבינו בחיי אבן פקודה", "משה אבן עזרא", "שלמה אבן גבירול", "ר' יהודה הלוי", "אַברהם אבן עזרא", "דער רמב"ן" און א גרעסערע דערציילונג "די עקידה" (ארטור זיגעלבוים) - זענען אַריין אין זיין בוך "היסטארישע געשטאַלטן", ב"א, 1957, 164 זז'; "צוויי רעפעראַטן" ("די שליחות פון דער ייִדישער שול" און "אויפן שוועל פון 4טן י"ה") נ"י, 1954, 31 זז'; "ייִדישע קינדער" (לייענבוך פארן 2טן לערניאר), 1955, 224 זז' (צוזאַמען מיט יעפרויקין); "העפט פאַר ייִדיש", א־ו, 1957; "אַרבעטסבוך - ייִדישע קינדער", 1959, 80 זז'; "ייִדיש פאַר שול און היים", 1961, 25 זז' ייִדיש און 24 זז' ענגליש; "שמעון דובנאוו", 78,1962 זז'. האט איבערגעזעצט פון דייטש: וו. האדאן, "יינגל אָדער מיידל" ("חברישע שמועסן וועגן דער געשלעכטס פראַגע"), ריגע, 168,1929 זו'; טאָמאַס מאַן, "טאָניא קרעיגער", מיט אַן אַריינפיר וועגן טאָמאַס מאַן און זיין שאַפן, ריגע, 1930, 189 זז'. געדרוקט אויך א"פ: מ. רעכטמאַן, מ. מירקין, י. פייגעס, ל. זאמט, ד"ר שטיינבאך א"א.

שטעלונגען

אַלס איבערגעגעבענער טראדיציאנאליסט, האט מארק זיך אנטקעגנגעשטעלט דאס איינפירן ראדיקאלע רעפארמען אין סיי וועלכע קאמפּאנענט פון דער יידישער קולטור, אנשטאט האט ער געשטיצט דאס אויפהיטן די מזרח־אייראָפּעאישע יידישע טראדיציעס אין דער מאדערנער וועלטליכער אידישקייט. ער האט באטראכט דעם יידישן שרייב־סיסטעם ווי א טייל פון דער יידישער קולטור־ירושה און האט געפילט, אז די כללים זאלן מאדיפיצירט ווערן בלויז מיט גרויס זארג. מארק האט דעריבער אפּגעווארפן קאמפּאנענטן פון מאקס וויינרייכ'ס שפּראך־פּלאנירונג־רעפארמען, בפרט די ראדיקאל-פארענדערטע ארטאגראפיע. ער האָט נישט מסכים געווען מיט אזעלכע צענטראלע נקודות פון דער נייער ייווא אויסלייג ווי די מינימיזירטע באנוץ פונעם "שטילער אלף” און די צעשיידונג פון פּרעפיקס אין אדווערבן. ער האט אויך צענזורירט דעם עקסטרעמען פּוריזם פון וויינרייך און זיינע אנהענגערס, בפרט זייערע פּרואוון צו "רייניגן" יידיש פון אסאך ברייט-באנוצטע ווערטער, וואס זיי האבן באצייכנט "דייטשמעריזמען" – איבעריגע געבארגטע ווערטער פון דייטש.

מארק האט אויסגעדריקט זיין וויזיע פון "כלל־ייִדיש", דעם מאדערנעם יידיש סטאנדארט, אין פילצאליגע ארטיקלען, ווי אויך אין זיין "גראמאטיק פון דער יידישער כלל־שפראך", ערשינען אין 1978 נאך זיין טויט. זיין צוגאנג שפּיגלט זיך מער אפּ אין די ערשטע פיר בענדער פון דער "גרויסער ווערטערבוך פון ייִדישער שפּראך" (ארויסגעגעבן צווישן 1961 און 1980), וואס ער האט רעדאגירט ערשט אין ניו יארק און שפּעטער אין ירושלים. דער ווערטערבוך איז ערשינען מיט אַן אפּלייקענונג פון ייווא, וואס האט נישט געלאזט נוצן דעם אפּדרוק פונעם אינסטיטוט, ווייל די אויסלייגונגען פון די זאמלערס זענען געווען אנדערש פון דער ייווא ארטאגראפיע. נאך מארק'ס טויט, מיסמאַנידזשמענט און אנהאלטנדע וויסנשאפטליכע דיספּיוטן האבן פאראליזירט דעם ווערטערבוך פּראיעקט.

ביבליאגראפיע