רוי:432 פארק עוועניו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

432 פארק עוועניו (ענגליש: 432 Park Avenue) איז א אויפקומענדע קאנדאמיניום וואלקן-קראצער געביידע אין ניו יארק סיטי.

עס איז די דריט העכסטע געביידע אין די פאראייניגטע שטאטן, צווייט העכסטע אין ניו יארק סיטי און איינע פון די העכסטע בנינים אין וואס מען וואוינט אין די גארער וועלט.

זי פארמאגט 89 שטאָק און איז 1,396 פוס הויעך.

ווערט

די פריערדיגע בנין וואס איז געשטאנען אויף דעם ארט, די דרעיק האטעל געבויט אין 1926, איז פארקויפט געווארן פאר 440 מיליאן אום 2006 און איז אראפגעווארפן א יאהר דערנאך.

די סך הכל קאסטן פון אויפבויען די געביידע איז 1.25 ביליאן אמעריקאנע דאלאר.

כראנאלאגישע סדר פון בויען

אין סעפטעמבער 2011 האט מען געלייגט דעם יסוד, דאס בויען העכער דער ערד האט זיך אנגעהויבן אום מאי 2012 און די דרויסנדיגע סטרוקטור איז פארענדיגט געווארן אין אקטאבער 2014.

ס'איז ערווארטעט אז אויף פרילינג פון 2015 וועט מען זיך שוין אריינציהען דערין.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!