רוי:אומאפהענגיגקייט מלחמה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די אומאָפּהענגיקייט־מלחמה אָדער די מלחמה פאַר זעלבסטשטענדיגקייט אָדער די באַפרייאונגס־מלחמה (אויף העברעיש: "מלחמת העצמאות", "מלחמת השחרור"' אדער "מלחמת הקוממיות") איז די מלחמה וואס איז געווען צווישן די פאלעסטינער מיט די ציונים אין ארץ ישראל גלייך נאך וואס דער יו ען האט באשלאסן מען זאל אויפשטעלן א יידישע און אראבישע מדינה אין ארץ ישראל כ"ט בנובמבר, ט"ז כסליו ה'תש"ח (1947). די אראבער וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט, זענען באלד ארויס א מלחמה קעגן די אידן. אין די ערשטע 4 מאנאטן איז די מלחמה געווען מער ווי א בירגער קריג ווען די אראבער האבן באלעגערט קליינע יישובים און געמאכט דארט טעראר.

אראבישע אטאקע אויף ישראל

ווען דער בריטישער מאנדאט האט זיך גענדיקט דעם 14טן מאי ד' אייר, 1948, האבן פינעף אראבישע ארמייען אינוואדירט די ניי דערקלערטע יידישע לאנד, עגיפטן אין די נגב, אין דרום טייל פון ישראל, ירדן אין ירושלים, און די וועגן וואס פירן קיין ירושלים, און די אומגעגנט. לבנון אינעם גליל וואס איז אינעם צפון טייל פון מדינת ישראל, סיריע אינעם בית שאן טאל, איראק אינעם צפון טייל פונעם מערב ברעג אין די געגנט פון זשענין, טולקארעם, קאלקיליע.

עגיפטן האט פארמאגט קריגס עראפלאנען, סיריע, און ירדןן טאנקען,

אבער שפעטער האבן די ציונים זיך צוביסלאך אנגעגרייט א מסודרדיקע מיליטער, און ארויס מלחמה האלטן קעגן די פאלעסטינער. די מלחמה האט צום סוף צוגעבריינגט זעלבסטשטענדיגקייט פאר מדינת ישראל.

און די אראבער זענען געבליבן אָן גארניט (אפילו ניט וואס דער יו־ען האט זיי געוואלט געבן), ווי משה שרת האט געזאגט, די פארייניגטע פעלקער האט צעטיילט פאלעסטינע, 55 פראצענט פאר אידן, און 45 פראצענט פאר אראבער, האבן די אראבער נישט איינגעשטימט, און זענען געגאנגען אין קריג, האבן די אידן געווינען 77 פראצענט פונעם אלטן בריטישן מאנדאט, און עגיפטן און ירדן האבן איינגענומען, אדער אנעקסירט, וואס האט געזאלט זיין די לאנד פון אראבערס אין פאלעסטינע.

אין צוגאב האבן געקעמפט זעלבסשטענדיקע קעמפער, ווי די אראבישע באפרייאונג ארמיי פון קאוקדזשי, און פאלעסטינע רעבעלן אונטערן אנפירערשאפט פון מאכאמעד אמין על כוסייני, און זיין נעפע אבדעל קאדר על כוסייני, וואס איז אומגעקומען נאך א קאמף אויף די קאסטעל, איינע פון די בערג, וואס קוקן איבער די שאסיי, וואס פירט קיין ירושלים, קאוקדזשיס ארמיי, איז בעיקר געווען אינעם צפון טייל פונעם לאנד

די מלחמה האט זיך געעענדיקט אָפיציעל כ"ג תמוז ה'תש"ט (יולי 20, 1949) ווען דער יו־ען האט אונטערגעשריבן דעם וואפנשטילשטאַנד־אפמאַך מיט סיריע, אבער די שלאכט האט זיך שוין געענדיגט טבת ה'תש"ט.

אין דעם 11טן מאי 1949 (י"ב אייר, ה'תש"ט) איז ישׂראל אָנגענומען געוואָרן ווי דער 59סטער מדינה־מיטגליד אין דער "יו־ען". די פאראייניגטע שטאטן איז געווען דאָס ערשטע לאַנד, וואָס האָט אָנערקענט מדינת־ישׂראל, 11 מינוט נאָך איר פּראָקלאַמירונג. צוויי טעג שפּעטער, איז ישׂראל אויך אָנערקענט געוואָרן דורך דעם סאָוועטן־פאַרבאַנד.

עליות

אין די פאר יאר נאך די מלחמה זענען איבער א מיליאן יידישע פליטים (צונויפגעלאפענע), שארית הפליטה וואס האבן איבערגעלעבט די שואה, געמאכט עלייה צו מדינת ישראל, צוזאמען מיט פליטים פון אראבישע לענדער וואס זענען געווען געצווינגען צו פארלאזן זייער לאנד.



P history.png דער ארטיקל בנוגע היסטאריע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!