רוי:שמש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שמש איז א טיטל פון באַדינער אין שול אין בית המדרש ווי אויך דער באַדינער פון רב און פון קהל איבערהויפּט.

דער טיטל איז פון העברעאישן וואָרט "שמש", "באַדינער", און הגם ער ווערט שוין דערמאנט אין דער גמרא (ברכות נ"ב) אין באַצוג צו איינעם וואָס באַדינט ביי א סעודה, געפינט מען דעם טיטל אַלס קהל- און בית המדרש-באַדינער ערשט שפּעטער.

די אויפגאַבע פון שמש איז געווען צו ערפילן אלע באַדינונגען פון בית המדרש און שול, קלאַפּן אין שול אַריין (דער דאָזיגער מנהג איז פאַרהאַן שוין אין דער גמרא ירושלמי ביצה ה'), אויסרופן אַלע עפנטליכע מעלדונגען, רופן בעלי דינים צו דין תורה (בית דין שמש), איינלאַדן בעלי-בתים צו אַ סעודת מצוה (ברית, חתונה וכדומה);

צום שמש פלעגט אין די גרעסערע שטעט זיין אַן אונטער-שמש. אין די פּינקסים איז פאַראַן דער טיטל "שמש דמתא". דער שמש פלעגט אַחוץ שכירות אויך באַקומען אַ טייל פון רח"ש ביי אַ חתונה.

מיטן וואָרט שמש רופט מען אויך דאָס באַזונדערע ליכטל ביים צינדן חנוכה ליכט.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!