רוי:דריי אבות

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:שלושה אבות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די דריי אבות זענען די דריי ערשטע פאטערס ("פאטריארכן") פון אידישן פאלק: אברהם אבינו, זיין זון יצחק אבינו, און זיין זון יעקב אבינו.

די דריי אבות, צוזאמען מיט די פיר אמהות, זענען די ערשטע אידן, די גרינדער פון אידישן פאלק און פון אמונת היחוד. די געשעענישן פון זיי און זייערע פאמיליעס פארנעמען דאס רוב פון ספר בראשית. די דריי אבות ליגן באערדיגט אין מערת המכפלה.

Incomplete-document-purple.svg
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. איבער די אבות זעלבסט: אין די תורה, זייער אייגנארטיגקייט און בחירה, מצוות התורה.
הנכם מוזמנים להשלים את החלקים החסרים ולהסיר הודעה זו. שקלו ליצור כותרות לפרקים הדורשים השלמה, ולהעביר את התבנית אליהם.
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. איבער די אבות זעלבסט: אין די תורה, זייער אייגנארטיגקייט און בחירה, מצוות התורה.
הנכם מוזמנים להשלים את החלקים החסרים ולהסיר הודעה זו. שקלו ליצור כותרות לפרקים הדורשים השלמה, ולהעביר את התבנית אליהם. עריכה

אנדערע אבות

די גמרא[1] זאגט: "אין קורין אבות אלא לשלשה", אז מיט דעם ווארט אבות רופט מען נאר די דריי פערזאנען אברהם יצחק און יעקב. אבער נישט קוקנדיג דערויף, געפינען מיר אין דער גמרא באצייכנט מיט דעם וואָרט "אבות" אויך אנדערע גרויסע אידישע פערזאנען. אין דער משנה[2] געפינען מיר אָנגערופן מיטן נאָמען "אבות העולם" די פריע תנאים, בית שמאי און בית הלל.

מען באנוצט טיילמאל דאס ווארט אבות אויך צו סתם עלטערן און אור-עלטערן, אויב די דאזיגע עלטערן זענען געווען באקאנט אלס צדיקים. עס איז פאראן דער אויסדרוק "דער זכות אבות", איבער דער זכות פון די אבות וואס זאל ביישטיין אין אן עת צרה, און מען מֵיינְט דערמיט דעם זכות פון די ערליכע עלטערן און אור-עלטערן.

דרויסנדיגע לינקס

  • דער ארטיקל "האבות", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל

רעפערענצן


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!