רוי:ראד

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רעדער)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אלט מאדישע רעדער פון פערד און וואגן

א ראד (רעדל פאר א קליינער ראד) איז א רינדעכיגער אביעקט, וואס צוזאמען מיט אן אַקס ערלויבט זיך דאס צו דרייען מיט דער מינדעסטער רייבונג, און ווערט באנוצט געווייטנלעך אין טראנספארט.

אויטאמאביל ראד

מיט'ן אויסטרעף פון דעם אויטא איז איז דאס ראד געווארן איינע פון די הויפט קאמפאנענטן פון יעדע אויטא און אנדערש קען עס נישט פארן.

דער אינהאלט פון א ראד

די ערשטע זאך איז וויכטיג צו פארשטיין אז א ראד פון אן אויטא איז אנדערש ווי אלע אנדערע סארטן רעדער וואס פארמאגן לופט. א ראד פון א ביציקל איז א רינדיגע גומע וועלכע אנטהאלט אין זיך א גומענער באלאן וועלכע ווערט אנגעפילט מיט לופט. א ראד פון אן אויטא באשטייט פון צוויי טיילן: דער אייזערנער ראד און די גומענע דעק וואס הייסט די רייף. די רייף איז נישט קיין באלאן נאר איז ארויפגעלייגט מיט כוח אויף דעם ראד און צוליב איר שטייפע באהעפטיגוגנ קען די לופט נישט ארויסגיין (לופט איז נישט ווי וואסער).

די ראד קען באשטיין פון פון סטיל אדער אלומינם (צוויי סארט אייזן). אלומינם איז פיל שטערקער ווי סטיל און איז טייערער. ביליגע אויטאס קומען מיט סטיל רעדער און מען קען זיך אליינס צוקויפן אלומינם. די מער בעסערע אויטאס קומען אלע מיט אלומינם רעדער און ווערט געמאכט דורך די פירמע וואס פראדוצירט דעם אויטא.

די רייף איז א טייל פון דעם אויטא וואס ווערט קיינמאל נישט געמאכט ביי די זעלבע פירמע וואס מאכט דעם אויטא. אלע אויטאס פירמעס קויפן די רייפן ביי רעדער פירמעס און געבן דאס מיט דעם אלס א סערוויס. רוב רעדער קומען מיט א גאראנטי פאר עטליכע יאר און האלט פאר בערך 100-150 טויזענט מייל.

מיר וועלן זיך נישט באציען צו דעם אייזערנעם טייל פונעם ראד נאר בעיקר אויף די רייף (גומענער טייל) וועלכע איז די הויפט טייל פון א ראד און דארט ליגט די גאנצע ארבעט. וויבאלד מיר וועלן נאר באטראכטן דעם טייל וועלן מיר דאס יא רופן ראד.

Bead Bundle= די טייל איז רינדיג און גייט ארום דעם גאנצן ראד פון ביידע זייטן. די טייל איז אן אייזערנע שטריק וועלכע האלט די רייף אויפ'ן ראד גענוג שטייף אז עס זאל נישט קענען ארויסגיין קיין לופט. די שטריק מוז זיין זייער שטארק ווייל ווען מען שטעלט ארויף די רייף אויפ'ן ראד נוצט מען א מאשין וואס טוט דאס מיט א שטארקע קראפט.

Body Plies = דער טייל איז צוזאמענגעשטעלט פון עטליכע שיכטן פון אנדערע מאטריאלן. די מערסט באנוצטע מאטריאל איז אן אויסגעארבעטע פאליעסטער אבער רוב רעדער פארמאגן מער ווי איין מאטריאל וועלכע פארמירן די שיכטן. די Body Plies זענען בעיקר געמאכט צו פארהאלטן די לופט עס זאל נישט ארויסגיין פון די דרוק וואס דער אויטא לייגט ארויף. ווי מער שיכטן אלס שטערקער איז די ראד און לויט דעם מעסט מען די סך הכל וואג וואס די רעדער מעגן טראגן אויף זיך. די רעדער פון קליינע אויטאס פארמאגן נאר צוויי שיכטן און די רעדער פון א פליגער פארמאגן 30 שיכטן.

Belts= דאס זענען פאסיקעס געמאכט פון אייזן וועלכע האלטן די ראד פלאך פאר די בעסטע דרייוו אויפ'ן ראוד. אויב איינע פון די רעדער זענען נישט גענוג פלאך וועט דער אויטא ציען צו איין זייט און עס וועט נוצן פיל מער בענזין. יעדע ראד פארמאגט צוויי פון די סארט פאסיקעס.

Cap Plies = געוויסע רעדער פארמאגן נאך פאליעסטער שיכטן וועלכע האלטן בעסער צוזאמען אלע קאמפאנענטן פון די אינערליכע טיילן פון די ראד. די צוגעלייגטע שיכטן געפינט זיך אין רעדער וואס זענען ספעציעל געמאכט צו נוצן פאר לאנגע וועגן. די סארט רעדער זענען טייערער און קומען נישט סטאנדארט מיט אויטאס ווען מען קויפט זיי.

Tread = דאס איז די דרויסנדיגע טייל פונעם ראד וואס מיר זעען וועלכע איז שווארץ. די מאטריאל וואס ווערט גענוצט דערפאר איז נאטורליכע גומע און קען אויך אנטהאלטן סינטעטישע גומע. יעדע פירמע מאכט דאס אנדערש און דאס ווענדט זיך לויט וויאזוי מען ארבעט אויס די גומע און די פארעמען וועלכע גיבן "טרעקשען" פאר'ן אויטא.

ווען אלע קאמפאנענטן זענען צוזאמענגעשטעלט אינאיינעם לייגט מען אריין די רעדער אין א הייצונג מאשין וועלכע באהעפט איין טייל צו די צווייטע און עס ווערט איין שטיק. אויב איר וועט אריינקוקן אינעווייניג פון א ראד וועט איר גארנישט זען נאר שווארץ. איינמאל די ראד איז פארטיג קריצט מען אריין די פארשידענע פארעמען וועלכע געפינען זיך אויפ'ן פלאכן טייל פון די ראד וועלכע איז אנדערש אין יעדע ראד.

די נומערן

בעפאר מען ווייסט עפעס מער וועגן רעדער קוקט אייך אלעס אויס שווארץ אבער אויב איר וועט קוקן אביסל נענטער וועט איר באלד באמערקן אז עס זענען פאראן אסאך אויפשריפטן און נומערן אויף יעדע ראד. לאמיר זען וואס די אלע נומערן מיינען:

די ערשטע זאך וואס איר וועט באמערקן איז א רייע נומערן וועלכע הייבן זיך אן מיט א ענגלישע בוכשטאב. אויב עס איז אן אויטא וועט די בוכשטאב זיין א פי. פאר פעסענדזשער. אויב עס וועט זיין א טראק וועט זיין דארט די בוכשטאבן על.-טי. פאר לייכטע טראק, און דאס זעלבע מיט אנדערע סארט רעדער.

די ערשטע דריי נומערן נאכ'ן בוכשטאב צייגט די ברייט פונעם ראד אין מילימעטער. די ברייט ווערט גערעכנט ארום און ארום פון איין עק ראד ביז'ן צווייטן עק (א ראד האט דריי זייטן. צוויי דערפון זענען די הייך און די דריטע איז די ברייט וועלכע ליגט אויפ'ן ראוד). די נעקסטע 2 נומערן צייגט די פראצענט פון די ברייט וועלכע ליגט אין די הייך. אין א נארמאלע ראד וועט עס זיין צוויי דריטל און די איבריגע דריטל איז די ריכטיגע ברייט.

די הויך און ברייט מאכט אסאך אויס און יעדע ראד איז אנדערש און איז אויסגערעכנט לויט דער אויטא וועלכע ליגט אויף דעם. צוויי רעדער קענען זיין די זעלבע מאס אין דיאמעטער אבער איינס וועט די ברייטקייט פארנעמען 25 פראצענט פון די סך הכל און די צווייטע וועט די ברייט פארנעמען 65 פראצענט פון די סך הכל.

ווי קלענער די פראצענט פון די זייטן זענען פון די סך הכל ברייט אלס בעסער איז די ראד ווייל מיט קלענערע ווענט איז פאראן מער ראד אויפ'ן ראוד און די ראד האט מער קראפט אין זיך ווייל עס קען זיך נישט בייגן ווייל עס איז נישט פאראן גענוג גומע פון די צוויי זייטן.

דערנאך קומט נאך א בוכשטאב וועלכע צייגט וואספארא סארט פראדוקציע איז גענוצט געווארן צו מאכן די ראד. רוב רעדער וועלן האבן א אר. און א קליינע טייל וועלן האבן א די. אדער א בי. אנשטאט. די לעצטע צוויי נומערן צייגן צו וועלכע סייז ראד די ראד איז געמאכט. דורכשניטליכע רעדער זענען צווישן 15 און 17 אינטשעס.

אויסער די רייע נומערן איז אויסגעקריצט די נאמען פון די פירמע וואס מאכט די ראד און עס פארמאגט אויך נומערן ווילאנג דאס ראד וועט האלטן אין דורכשניטליך, ווי גוט די טרעקשען איז, וויפיל וואג עס קען פארנעמען, ווי גוט עס קען פארנעמען היץ, און די מאקסימום שנעלקייט וואס די ראד קען פארנעמען. די אלע נומערן ווערן באשטעטיגט אין רעגירונג געפירטע פראבעס און יעדע ראד וואס איר קויפט אין א לעגאלע געשעפט איז גאראנטירט צו זיין גענוג פארזיכערט לויט די אויפשריפטן וואס עס פארמאגט.

סארטן רעדער

אין גענעראל זענען פאראן דריי סארטן רעדער וועלכע געפינען זיך אויף אלע אויטאס אויפ'ן גאס. די מערסט גענוצטע ראד סארט איז די "אל סיזען" רעדער וועלכע זענען געמאכט צו נוצן פאר אלע סעזאנען ארום דעם יאר.

וויאזוי אימער, איז אבער פאראן ערטער וואו די רעדער זענען נישט גענוג גוט פאר די ווינטער און מענטשן טוישן צו ווינטער רעדער נאר פאר די ווינטער און טוישן דאס צוריק אנפאנג זומער.

ווינטער רעדער זענען געמאכט פון א ווייכערע סארט גומע וועלכע לאזט זיך גרינגער בייגן און ארויפטרעטן אויך די שניי. די ווינטער רעדער האבן אויך בעסערע קריצן וועלכע קענען זיך האלטן בעסער אויף אייז און שניי און זענען ספעציעל דעזיינט אס אלע וואסער און נאסקייטן זאלן פארלוירן ווערן פון אונטער די ראד ווייל די מערסטע גליטשן פאסירט נאכדעם וואס דאס ראד זאמלעט אן אסאך שניי אדער אייז און די קעלט האלט עס דארט, מאכנדיג די גאנצע ראד א רינדיגע שטיק אייז.

ווינטער רעדער איז אבער נאר גוט פאר די ווינטער און איינמאל עס קומט די זומער איז וויכטיג דאס צוריק אראפצונעמען ווייל די ווייכע ראד איז שוואכער ווי די אנדערע און וועט ווערן אפגעשוואכט פון היץ און דאן איז עס אויסגעשטעלט צו פלעט טייערס. עס זענען אויך פאראן זומער רעדער וועלכע זענען צוגעשטעלט נאר פאר די זומער און קען זיך בכלל נישט צושטעלן צו די ווינטער וועטערס. די זומער רעדער זענען הארט און קראפטיק און קענען די שנעלסטע אפשטעלן אן אויטא ווען מען דרוקט די ברעיקס.

עס זענען פאראן הונדערטער סארטן ווינטער רעדער וועלכע ווערן געמאכט פון אלע פירמעס. יעדע פירמע גיט ארויס א נייע ווינטער ראד יעדע ווינטער סעזאן און עס איז פאראן א גרויסע קאנקורענט. צוליב די וויכטיגיט פון ווינטער רעדער איז געגרינדעט געווארן אן אסאסיאציע וועלכע פרובירט אויס ווינטער רעדער און נאר די וואס מאכן דאס דורך באקומען איר באשטעטיגונג וועלכע איז א סימבאל מיט א שניי אויסצייכענונג אינדערמיט.

פאר די וואס וואוינען אין ערטער וואו עס איז דא מילדע ווינטערס איז אל סיזען רעדער פונקט גענוג. אבער די וואס וואוינען אין קאלטע פלעצער וואו עס פאלט אסאך שניי איז זייער וויכטיג צו האבן ווינטער רעדער ווייל עס קען פשוט ראטעוון לעבנס.

דער פליכט פון די רעדער

עס איז וואונדערליך צו טראכטן אז 4 רעדער מיט אביסל לופט צונויפגעדריקט אינעווייניג קען האלטן אזויפיל שווערע טויזענטער פונט. אבער ווען מען ווייסט וויפיל לופט עס ליגט צונויפגעדרוקט אינעווייניג איז דאס שוין גארנישט קיין וואונדער. רוב רעדער אנטהאלטן 30 פונט לופט דרוק אין יעדע סקווער אינטש. די לופט אינעווייניג קען פשוט נישט ארויסגיין צוליב די שטארקע גומע וועלכע נעמט איר ארום.

אויסעווייניג קוקט די ראד אויס רינדיג אבער ווען מען באטראכט עס פון דער נאנט זעט מען באלד אז די טייל פון די ראד וועלכע זיצט אויף די ערד איז פלאכער צוליב די דרוק פון די וואג וועלכע די רעדער טראגן. אויב מען וואלט אנגעפילט די ראד מיט מער לופט וואלט עס נישט געשען אבער יעדע ראד האט זיין מאס לופט וויפיל עס דארף האבן און עס איז געוואנדן לויט די וואג פון די אויטא. די מאס לופט איז ספעציעל אויסגערעכנט אז די ראד זאל זיך אביסל זעצן פון די וואג כדי עס זאל ליגן בעסער אויף די ערד.

א ראד ווערט זייער הייס ווען מען פארט שנעל און עס איז ספעציעל דעזיינט צו קענען אויסהאלטן די היץ. ווען דער אויטא פארט לאנגזאם נוצט עס פיל ווייניגער ענערגיע און עס איז פאראן ווייניגער היץ פון די ענערגיע. אויב דער אויטא פארט זייער שנעל נוצט עס מער ענערגיע און דאס גרעסטע טייל דערפון גייט צו די רעדער און אויך אויפ'ן ראוד. אויב איר וועט אנרירן א ראד נאך א לאנגע וועג וועט איר זיך אפבריען פון די היץ און עס וועט מעגליך אויך ארויסקומען א שווערע גערוך דערפון וועלכע קומט פון די אנגעהיצטע גומע.

עס איז זייער וויכטיג מען זאל כסדר איבערקוקן די לופט דרוק פון די רעדער מיט די ספעציעלע מעסטער, ספעציעל ווען מען פארט אויף לאנגע וועגן אין וועלכע די באדינונגן פון די רעדער קענען זיך גרינג טוישן צוליב די אנגעזאמעלטע היץ. די רעדער פירמעס זאגן מען זאל איבערקוקן די לופט דרוק איינמאל א מאנאט כדי צו זיין פארזיכערט. די ערשטע פראבלעם מיט א ראד פאסירט אויב די לופט דרוק איז נישט גוט און די ראד ליגט נישט געהעריג אויפ'ן ראוד. נאך וויכטיגער איז אז אלע 4 רעדער זאלן האבן די זעלבע מאס לופט דרוק אויפ'ן האר ווייל אויב נישט וועט דער אויטא מעגליך ציען צו איין זייט און עס וועט אויך פארלאנגן מער בענזין ווייל דער אויטא וועט דארפן נוצן מער ענערגיע צו דרייען די רעדער.

יעדע ראד האט א לעבנ'ס שפאן וועלכע איז געווענליך צווישן 100 און 150 טויזנט מייל. די נומער איז אבער נאר אן אפשאצונג און עס ווענדט זיך בעיקר וויאזוי דאס ראד ווערט גענוצט און אין וועלכע פלאץ דאס ווערט גענוצט. עס זענען פאראן דרייווער וואס ברעיקן זייער שטארק און רייבן אויס די רעדער אסאך מער וואס מאכט אז די ראד זאל שנעלער צעגיין.

א גוטע סימן וואס די רעדער פירמעס האבן געגעבן צו ווייסן ווען די רעדער זענען שוין מער נישט גוט איז צו מעסטן די טיפקייט פון די קריצן מיט א פעני. ווען א ראד איז ניי וועט די פעני אריינגיין מער ווי האלב. אויב די קאפ פון עירעהעם לינקלאן זעט זיך ארויס איז א סימן אז די ראד איז אפגענוצט און דארף געטוישט ווערן.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!