רוי:רבי

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רעבי)
טיטל פאר תלמיד חכם, אדער ערליכער איד
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי (="מיין האַר") באדייט איינער וואס לערנט אויס תלמידים. דער טערמין האט זיך אנטוויקלט איבער דער אידישער היסטאריע און האט אריינגענומען פארשידענע ראלעס און באדייטן, ווי די וואס זענען אויסגעצייכנט דורך לערנען, וואס זענען די מאסגעבנדע פוסקי הלכה, און וואס זענען די באשטימטע מנהיגים רוחניים פון די געמיינדע.

טערמינאלאגיע

דער ווערטערליכער טייטש פון רבי איז "מיין האַר", און קומט פונעם זאכווארט 'רב', וואס אין תנ"כישער לשון-קודש באדייט "עלטערער"[1], "גרויס" אדער "אנגעזען"[2], און אין נאך-ביבלישן לשון-קודש, "האַר" אין געגנזאץ צו "שקלאף"[3] אדער "תלמיד"[4]. דער טערמין פון רעספּעקטפולער אדרעסירונג איז ביסלעכווייז געקומען צו ווערן געניצט ווי א טיטל, און מיט די אפטער באנוץ פון דעם טערמין האט די פּראנאמינאלע סופיקס "י" (מיין) פארלוירן איר באדייט.

אריגינעל איז רבי געווען א כבוד-טיטל פאר א תלמיד חכם וואס האט באקומען סמיכה צו פסק'ענען, אין די צייט פון די תנאים און אויך אין די צייט פון די אמוראים אין ארץ ישראל. אין בבל, וואו ס'איז נישט געווען קיין סמיכה, האט מען די אמוראים גערופן מיט'ן טיטל "רב". רב זירא, וואס איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל און באקומען סמיכה דארט, האט מען פון דעמאלט אן גערופן רבי זירא[5].

רבי יהודה הנשיא, דער מחבר פון די משנה, האט מען גערופן סתם "רבי", אן צו דערמאנען זיין פולן נאמען. די נשיאי ישראל וועלכע האבן געשטאמט פון הלל הזקן, אין די צייט פון צווייטן בית המקדש, האט מען געגעבן דעם טיטל "רבן": רבן גמליאל, רבן שמעון בן גמליאל. רבן יוחנן בן זכאי איז געווען דער איינציגער וואס האט זוכה געווען צום טיטל "רבן" כאטש ער איז נישט געווען פון די משפחה פון די נשיאים. אין פארבינדונג מיט די דאזיגע דרגות איז דא אן אויסדרוק, וואס ערשיינט שוין אין די ראשונים: "גרעסער פון רב איז רבי, און גרעסער פון רבי איז רבן, און גרעסער פון רבן איז זיין נאמען"[6]. דער רמב"ם רעכנט אויס צוויי-און-צוואנציג תנאים, אריינגערעכנט הלל און שמאי, וועלכע ווערן גערופן אויף זייער נאמען אן קיין שום תואר, "און דאס איז צוליב זייער גרויסקייט און כבוד מעלתם, ווייל עס איז אוממעגליך צו געפינען פאר זיי א געהעריגן כינוי צו מכבד זיין זייער נאמען, אזויווי עס איז נישטא קיין כינוי פאר די נביאים"[7].

אנגעהויבן פון די צייט פון די "ראשונים" איז אנגענומען געווארן צו רופן יעדן תלמיד-חכם מיט'ן טיטל "רבי". אין די לעצטע דורות האט דער טיטל "רבי" פארלוירן פון איר וויכטיגקייט, ווען אין אסאך ערטער האט מען אנגעהויבן עס צו ניצן בלויז אלס א כבוד-טיטל אדער אפילו א צייכן פאר יעדן איד וואס היט תורה און מצוות, אפילו אויב ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין סמיכה פאר רבנות. צוליב דעם האט מען אנגעהויבן צוצולייגן פארשידענע טיטלען פאר תלמידי-חכמים, ווי למשל: "מורנו ורבנו", "הרב הגאון".

זעט אויך

רעפערענצן

  1. בראשית כה: "ורב יעבוד צעיר"
  2. ירמיה לט: ""רב טבחים"; "רבי מלך בבל"
  3. משנה, סוכה ב, ט; משנה, גיטין ד, ד; משנה, אבות א, ג
  4. משנה, אבות א, ג: "עשה לך רב".
  5. רש"י, כתובות מג, ב
  6. געברענגט אין ערוך, ערך אביי
  7. רמב"ם, הקדמה לפירוש המשניות
פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל