רוי:רבי שמעיה
עס איז קיין שום ספק נישט, אַז זינט עס האָבן זיך געהאַט אָנגעהויבן די אינטערפּרעטאַציעס אויף דער תורה, זינט דידאָזיקע שאַפונגען האָבן אָנגענומען אַ גרויסן אומפאַנג אין אַלע לענדער, וואו אידן האָבן געהאַט געוואוינט, זענען ביי די אידן אין מיטלאַלטער געווען מערערע מפרשים, וועלכע זענען מיט דער צייט פאַרגעסן געוואָרן, אָדער וועמענס שאַפונגען עס זענען פאַרפאַלן געוואָרן, כאָטש מען ווייסט, נאַטירליך, אַז אַזעלכע פּערזאָנען האָבן געלעבט און געשאַפן. געווענליך האָבן נישט אַלע געהאַט געשאַפן פּירושים אויף אַלע ספרים פון די כתבי הקודש. עס זענען געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן געהאַט געמאַכט אַ פּירוש אויף די נביאים אַליין; עס זענען געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן געמאַכט אַ פּירוש אויף די כתובים אַליין. אַמאָל האָבן זיי געמאַכט פּירושים בלויז אויף איין ספר אַליין. דאָך האָבן אַלע עפּעס מחדש געווען אין זייערע פּירושים. געוויס האָט פּאַסירט, אַז אַפילו דער אָריגינעלסטער מפרש האָט געמוזט אויסלייהען פּירושים פון אַנדערע מפרשים, ווען ער איז צו־קורץ געקומען מיט אַ פּירוש, אָדער ווען עס איז אים סתם געפעלן געווען אַ גוטער פּשט פון אַן אַנדער מפרש. אָבער דער קערן, דער פונדאַמענט האָט געמוזט זיין אַן אָריגינעלער. דאָס האָט, זעלבסטפאַרשטענדליך, — ווי עס איז געווען דער פאַל אויף אַלע אַנדערע געביטן פון גייסטיקן שאַפן, — געבראַכט צו פאָרטשריט, צו דער אַנטוויקלונג, צו דער פאַרטיפונג און פאַרבעסערונג פון דער תורה־אינטערפּרעטאַציע.
נישט אַלע פּירושים פון אָט די מפרשים האָבן אָבער צו אונז דערגרייכט. טייל האָבן געהאַט דאָס מזל צו פאַרבלייבן אין אַ פּריוואַטער היים, טייל האָבן נאָך לאַנגע וואַנדערונגען איבער מדינות זיך דערשלעפּט צו אַ מוזעאום און זענען סוף־כל־סוף, נאָך הונדערטער יאָרן פון וואַנדערונגען און באַהעלטענישן, אַרויס אויף דער ברייטער וועלט. אָבער פיל אַזעלכע פּירושים זענען פאַרלוירן געגאַנגען אויף אייביג. זיי האָבן קיין מזל נישט געהאַט, וואָרום נאָך אַלעמען איז דער גורל פון ספר געווען אָפּהענגיג פון דעם פאָלקס גורל. וואָלטן אידן געזעסן רואיג אויף זייערע פּלעצער, וואָלטן זיכער זייערע שאַפונגען נישט פאַרפאַלן געוואָרן, סיידן עס וואָלטן געשען אויסערגעוויינליכע צופאַלן, ווי דאָס האָט געטראָפן אויך ביי אַנדערע פעלקער. עס איז בכלל דאָס גרעסטע וואונדער, וואס מיר האבן אַזויפיל שאַפונגען געקאָנט אָפּהיטן נישט בלויז פון די, וועלכע זענען געשאַפן געוואָרן אין מיטלאַלטער, נאָר אויך פון יענע, וועלכע זענען געשאַפן געוואָרן אין גאַנץ אַלטע צייטן, אָנהויבנדיג פון דער תורה אַליין. אָבער אונזער לעבן איז נישט געווען קיין רואיגס, קיין זיכערס. די קריסטליכע הערשנדיגע פעלקער האָבן אונז גערודפט, האָבן חרוב געמאַכט אונזער לעבן און פאַרמעגן; זיי האָבן גאַנצע ישובים פאַרניכטעט און מען האָט די אידן געקוילעט און געברענט. וואָס איז דער וואונדער, אַז מיר האָבן פאַרלוירן אַ סך אוצרות פון אונזער גרויסער און רייכער קולטורעלער שאַפונג?
אָבער אויך אויסער די רדיפות און אומאויפהערליכע וואַנדערנישן פון לאַנד צו לאַנד און פון שטאָט צו שטאָט, זענען געווען נאָך סיבות, וואָס האָבן שווער געמאַכט אויסצוהיטן אַלע אונזערע קולטורעלע אוצרות. דאָס איז געווען דערפאַר, וואָס דאָס ספר אַליין איז געווען אַ יקר־המציאות. די צאָל עקזעמפּלאַרן פון אַ ספר איז אין יענע צייטן געווען אַן אומגעהויער באַשרענקטע. וואָרום ספרים האָט מען דעמאָלט געמוזט שרייבן מיט דער האַנט און דאָס אויך אויף פּאַרמעט. דאָס האָט געקאָסט אַ סך צייט, געדולד און אויך אַ סך געלט. דער, ווער עס האָט געהאַט אַ סך געלט, האָט געקאָנט דינגען אַ סופר דאָס ווערק איבערצושרייבן. דער אָבער, וואָס האָט קיין געלט נישט געהאַט, האָט אַליין געמוזט פּטרן פיל צייט אָפּצוקאָפּירן אַ ספר, אין ביידע פאַלע זענען דאָס געווען זעלטענע דערשיינונגען, און יעדעס ספר איז געווען אַ מין אַנטיק־זאַך. דאָס האָט געבראַכט דערצו, אַז ספרים זאָלן קאָנען פאַרשוואונדן ווערן און טאַקע אויף אייביג. אַזוי זענען פיל פּירושים אויף דער תורה פאַרפאַלן געוואָרן ביי די שפּאַנישע אידן, ביי די פּראָוואַנסאַלישע אידן, ביי די פראַנצויזישע אידן און אויך ביי די לאָטרינגישע אידן. און אַפילו פון די, וואָס זענען געבליבן, זענען טייל פון זיי דערגאַנגען צו אונז אין נישט קיין פולקאָמענער פאָרם, צעריסענע, צעפליקטע. עס קאָן זיין, אַז אַ טייל פון אָט די פאַרפאַלענע פּירושים זענען דעמאָלט גופא, אָדער שפּעטער, דורך די תלמידים פון די מפרשים און דורך די תלמידים פון די תלמידים, אַריבער אין אַ צעברעקלטער פאָרם אין אַן אַנדערנס פּירוש, אָבער זיי אַליין, די אָריגינעלע שעפער, זענען מיט דער צייט פאַרגעסן געוואָרן.
איינער פון אָט אַזעלכע "אומבאַקאַנטע העלדן" איז געווען אַ געוויסער ר' שמעיה, וועלכער האָט געהאַט געלעבט אין טרואַ אין רש"יס צייט. דערדאָזיקער שמעיה איז ביז היינט פאַרבליבן עפּעס אַ מין געהיימניספולע, מיסטעריעזע פּערזאָן. מען ווייסט נישט, ווער ער איז געווען, פונוואַנען ער איז געקומען, פונוואַנען ער האָט געשטאַמט, ווען ער איז געבוירן געוואָרן און ווען ער איז געשטאָרבן. מיר ווייסן בלויז, אַז עס איז געווען אַ ר' שמעיה, אַז ס'איז געווען אַזאַ מענטש און אַז ער האָט פיל געלייסטעט, פיל געשאַפן סיי אויפן געביט פון הלכה און סיי אויפן געביט פון מקרא. עס ווערט אויף אים געזאָגט, אַז ער איז געווען רש"יס אַן אייניקל, אַז ער איז געווען רש"יס אַן איידעם, אַנדערע זאָגן גאָר, אַז ער איז געווען אַן איידעם פון רש"יס אַ שוועסטער, ריכטיקער איז, נאַטירליך, די מיינונג פון רבינו תם אַליין, וועלכער זאָגט בפירוש, אַז ר' שמעיה איז געווען דער שווער פון זיינעם אַ ברודער, טאַקע פון רשב"ם אַליין, וועלכער זאָל האָבן חתונה געהאַט מיט ר' שמעיהס אַ טאָכטער. אָבער דאָך הענגט נאָך אַלץ אַ נעפּל אַרום זיין פּערזענלעכקייט.
און באמת איז ער דאָך אַ שטיקל רעטעניש. וואָרום נאָך אַלעמען האָט ער געהאַט געלעבט אין דער צייט פון רש"י, פון דעם רשב"ם, פון ר' יוסף קרא, דאָס הייסט, אין אַ צייט, פון וועלכער עס איז עפּעס געבליבן און מען דאַרף פאַרשטיין, אַז ער אַליין איז אויך געווען אַ גרויסער תלמיד־חכם, וואָרום זיינע מיינונגען זענען הויך רעספּעקטירט געוואָרן פון רש"י. ווי קומט עס, אַז מען זאָל וועגן אים לחלוטין נישט האָבן גערעדט, אַז מען זאָל וועגן אים נישט האָבן עפּעס געוואוסט? עס שיינט דעריבער צו זיין, אַז ר' שמעיה איז אַ מין נחבא אל הכלים, אַז ער איז געווען פון יענע גרויסע צדיקים, וואָס האָבן פון זיך גאָרנישט געהאַלטן, וואָס האָבן זיך אַליין מבטל געמאַכט, וואָס האָבן, אַזוי צו זאָגן, פאַרניכטעט זייער אייגענעם "איך", וואָס האָבן זיך אויפגעלייזט אין זייער רבין, וועלכן זיי האָבן געדינט ביז מסירות־נפש. אַזאַ איד, ווי ר' שמעיה, האָט זיך ממש באַהאַלטן אין שאָטן פון רש"י, ער האָט זיך געשראָקן פאַר זיין ליכט. ער איז געווען שטענדיג אין אַ ווינקל, שטענדיג פאַרטיפט אין זיין אַרבעט, אין זיין הייליגער אַרבעט און האָט לחלוטין אויסגעמיטן כבוד. מהאי טעמא האָט די וועלט אים נישט באַמערקט און מען האָט וועגן אים נישט גערעדט.
ר' שמעיה איז געווען רש"יס אַ תלמיד. ער איז אָבער גלייכצייטיג געווען רש"יס סעקרעטאַר. ער האָט ערלעדיגט פאַר אים געוויסע וויכטיגע אַרבעטן, וועלכע זענען געווען פון שעפערישער נאַטור. עס פלעגן צו רש"י אָנקומען פיל שאלות פון פאַרשידענע מדינות און מען האָט אויף זיי געמוזט ענטפערן. בעת רש"י האָט אָבער געאַרבעט איבער זיינע פּירושים אויף דער גמרא און אויף דער תורה, איז ער געווען שטאַרק פאַרנומען, און מחמת דעם האָט ער די אַרבעט פון דידאָזיגע תשובות איבערגעגעבן צו ר' שמעיהן, דאָס הייסט נישט, אַז ר' שמעיה האָט אויף די שאלות געענטפערט לויט זיין מיינונג; ער האָט זיך פריער מכח דעם דורכגעשמועסט מיט רש"י, און ווי רש"י האָט געהאַט געפּסקנט און מאָטיווירט דעם פּסק־דין, אַזוי האָט ער געגעבן די תשובה. פאַרשטייט זיך. אַז פאַרן אָפּשיקן, האָט ער די תשובה געגעבן רש"ין נאָכאַמאָל איבערצוקוקן, אָבער געאַרבעט האָט ר' שמעיה. אַממערסטן האָט ר' שמעיה געאַרבעט דעמאָלט, ווען רש"י איז שוין געווען אַלט און שוואַך. ער פלעגט אַמאָל אַזעלכע מינים תשובות דיקטירן אויך צו אַנדערע פון זיינע תלמידים. עס שיינט אָבער, אַז הויפּטזעכליך האָט ער זיך באַנוצט מיט ר' שמעיהן, צו וועלכן ער האָט געהאַט גרויס צוטרוי און איז געווען זיכער, אַז ער וועט אָפּטאָן די אַרבעט בשלימות. ר' שמעיה ווידער איז, אויס גרויסן רעספּעקט צו זיין רבין, געווען העכסט גליקלעך, וואָס ער האָט זוכה געווען צו אַזאַ אויסערגעווענליכן כבוד, וואָס זיין רבי האָט אים אָנפאַרטרויט אַזעלכע וויכטיקע אַרבעטן. ר' שמעיה האָט זיך, אַזוי צו זאָגן, פולקאָם אויסגעלעבט מיט רש"ין, זיך פולקאָם אויפגעלייזט אין זיין רבין.
ר' שמעיה האָט זיך ביי רש"ין אין הויז באַשעפטיגט הויפּטזעכליך מיט גמרא און מיט פּוסקים. אויסער די תשובות אין פּסקי־הלכות פון זיין רבין, ביי וועלכע ער האָט, שמועסנדיג מיט רש"י, אויך געהאַט צוגעלייגט אַ וואָרט, האָט ער אַליין געשריבן פּירושים צו אייניגע מסכתות; ער האָט אויך געשריבן פּירושים צו מסכת תמיד און מדות. מהאי טעמא איז קיין וואונדער נישט, וואָס דער רבינו תם רעדט מכח "פּירושים ישנים מהרב ר' שמעיה". ער האָט אויך געהאַט פאַרשריבן געוויסע ריטועלע מנהגים און שפּעטער, ווען רש"י האָט אים, פאַרן טויט, איבערגעגעבן זיין לעצטן ליטעראַרישן אוצר, האָט ער זיינע פּירושים און פּוסקים צונויפגעזאַמלט און מסדר געווען און זיי מוסיף געווען צום תלמוד. אין "אור זרוע" ווערט דערמאָנט דער זאַץ: "מעשה זו הועתק מפסקי רבינו שלמה שסידר הרב ר' שמעיה זצ"ל לפניו", וואָס איז אַ געניגנדיגער באַווייז, אַז ער האָט אָט די רעדאַקציע־אַרבעט געטון.
עס איז אָבער נישט געווען די גמרא אַליין, מיט וועלכער ר' שמעיה האָט זיך געהאַט באַשעפטיגט. ער האָט זיך אויך געהאַט אָפּגעגעבן מיט די כתבי הקודש. אין אַזאַ הויכן קרייז פון חכמים, וואו מען האָט געלערנט און גערעדט נישט בלויז וועגן תלמוד, נאָר אויך וועגן אַ פּשט אין פּסוק, איז שווער געווען זיך אַרויסצודרייען, אַפילו ווען מען וואָלט געוואָלט, בפרט נאָך, ווען דאָס איז לחלוטין געווען אוממעגליך. דערצו איז טאַקע ר' שמעיה געווען אַ גוטער קענער פון לשון־קודש און געקענט גוט דקדוק. אַ סך אויסטייטשונגען פון ר' שמעיהס פּירוש זענען אַריין אין רש"יס פּירוש. ער האָט זיך באַנוצט מיט די פּירושים, וועלכע ר' שמעיה האָט געהאַט אויסגעטייטשט פאַר אים און זיי זענען אים געפעלן געוואָרן. עס איז געווענליך אָנגענומען פון פאָרשער, אַז דאָרטן, וואו רש"י זאָגט "מצאתי", הייסט עס, אַז דאָס איז געווען ר' שמעיהם אַ פּירוש. דאָסגלייכן געהערט דער פּירוש צו ר' שמעיהן דאָרטן, וואו רש"י זאָגט "ויש אומרים". אין טייל אַלטע מאַנוסקריפּטן האָבן פאָרשער געפונען ספּעציעלע באַמערקונגען: "זה שייך לרש"י, וזה פּירש ר' שמעיה". עס ווערט אויך דערמאָנט דער אויסדרוק אין טייל ערטער "תוספות שמעיה". אָבער אויסער אַלעם דעם, האָט, ווי עס ווייזט אויס, ר' שמעיה געהאַט געשאַפן און אָנגעשריבן אַן אייגענעם פּירוש אויף דער תורה. וואָרום עס ווערט אָפט דערמאָנט דער אויסדרוק "פּירוש שמעיה", וואָס באַווייזט, אַז אַזאַ מין פּירוש האָט עקזיסטירט אין יענער צייט. זיין פּירוש איז אָבער פאַרלוירן געגאַנגען, אויף אייביג פאַרפאַלן געוואָרן און דערמיט איז אויך דער נאָמען פון אָט דעם שעפערישן, אַרבעטזאַמען, אָפּפערוויליגן, געהיימניספולן און הייליגן מענטשן פאַרגעסן געוואָרן. אַזוי איז געווען דער גורל פון אַ סך גרויסע, אָבער באַהאַלטענע, גדולים.
ביבליאגראפיע
- דוד דרוק, די מפרשים פון דער תורה חלק ב ב, ווארשע, תרצ"ז, עמ' 9–17