רוי:רבי ישעיהו אזולאי
ר' ישעיהו אזולאי איז געווען א זון פון ר' יצחק אזולאי א זון פון דעם באקאנטען מקובל רבי אברהם אזולאי.
ר' ישעיהו איז געווען דער טאטע פון ר' רבי יצחק זרחיה אזולאי דער טאטע פונעם חיד"א.
דער חיד"א ברענגט אסאך חידושים פון אים. ער שרייבט אויף אים "דער חסיד דער עניו" (דברים אחדים דרוש י"ב), אויך ברענגט ער פון אים פשטים אויף פסוקים (זעה נחל קדומים בראשית כה, יוסף תהלות מזמור צ'), ער שרייבט אויף אים אין שם הגדולים ער איז געווען א ראש ישיבה און געלערנט תורה מיט תלמידים, ער זעלבסט איז געווען א תלמיד פון דעם גאון ר' חזקיהו די סילוה דער בעל מחבר ספר פרי חדש.
ער איז אויך געווען פון די מקובלים, פון דער חבורה פון דעם גאון ר' יהודה החסיד, השני, דער חיד"א ברענגט אויך פון אים אסאך הגהות וואס ער געשריבן אויפן זוהר חדש, און שרייבט אז די הגהות איז פון די גאנצע חבורה פון ר' יהודה החסיד געשריבן אין יאר ה'תס"ג.
ער איז געווען א חבר פונעם בית דין אין שטאט ירושלים, עס איז געבליבן פון אים כתבים פון פסקים און דינים.
ער איז נפטר געווארן זעקס טאג אין אדר ה'תצ"ב (שם הגדולים ערך ר' אברהם אזולאי).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!