רוי:רבי יהושע נויווירט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Gnome-colors-emblem-development-2.svg
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט.
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט. שמועס
יהושע ישעיה נויווירט
געבורט י"ד אדר א' תרפ"ז
טויט ג' תמוז תשע"ג (אלט: 86)
ירושלים
טעטיקייט ארט ירושלים
באלאנג יהדות חרדית
באשעפטיגונג לערנען, הלכה, חינוך, גמרא
זיינע רביס רבי שלמה זלמן אויערבאך
חיבורים

שמירת שבת כהלכתה

הרב יהושע ישעיה נויווירט (י"ד אדר א' ה'תרפ"ז - ג' תמוז תשע"ג) איז געווען א רב און ראש ישיבה אין ירושלים, און דער מחבר פונעם ספר "שמירת שבת כהלכתה" אויף הלכות שבת און יום טוב. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרב רבי שלמה זלמן אויערבאך,

ביאגראפיע

הרב נויווירט איז געבוירן געווארן אין דייטשלאנד. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה ער איז אנטרינען מיט זיינע עלטערן, צוויי ברידער און א שוועסטער קיין האלאנד, וואו זיי האבן זיך באהאלטן דריי יאר אין איין שטוב. זיין שוועסטער, יוכבד גאלד, וואוינט אין קיבוץ סעד, און נאך צוויי ברידער האט מען געשיקט אין כינע. אין ה'תש"ו איז ער ארויף אין ארץ ישראל אין א שיף וואס איז ארויסגעפארן פון מארסיי.

ער האט געלערנט אין דער קול תורה ישיבה און איז געווארן א תלמיד מובהק פון הרב רבי שלמה זלמן אויערבאך, מיט וועמען האט זיך באראטן ווען ער האט געשריבן זיין ספר "שמירת שבת כהלכתה", וואס די צווי ערשטע אויסגאבעס פארלאזן זיך אינגאנצן אויף זיינע פסקים. אין תשע"א האט ער פארעפנטליכט א דריטע אויסגאבע מיט הונדערטע אקטועלע טעמעס.

הרב נויווירט האט געגרינדעט אין בית וגן די ישיבה קטנה פני שמואל און די ישיבה גדולה חכמת שלמה (די ביידע רופט דער עולם אומאפיציעל "רב נויווירט'ס ישיבה"), און די ישיבה גדולה נתיבות חכמה צוזאמען מיט הרב דניאל וואלפסאן. הרב נויווירט פלעג אויך זאגן קביעותדיקע שיעורים אין דער קול תורה ישיבה.

הרב נויווירט האט געדינט ווי דער פוסק פון שערי צדק מעדיצין-צענטער (צוזאמען מיט הרב אשר ווייס). הרב נויווירט האט געדינט ווי רב פון דער 'החובש הר נוף' ארגאניזאציע העכער פון 15 יאר. עטליכע מאל אין יאר פלעג ער קומען זאגן א שיעור אין הלכות שבת, אויך האט ער איינגעפירט אז ס'זאל זיין א 'שבת גוי'.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!