רוי:רבי אבא קרטיגנא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אבא קרתיגנא איז דער נאמען פון אַן אמורא אין ארץ־ישראל אונגעפער אַרום דעם יאר 300. ער איז אינטערעסאנט דערמיט, וואס ווי זיין צו־נאמען באווייזט, האָט ער געשטאמט פון ווייטן אפריקע, פון קאַרטאַגא, דער פעניצישער שטאט. פון זעלבן קאַרטאַגא ווערט דערמאנט אין דער גמרא נאר נאך איין אמורא, "רבי יצחק דמן קרטיגנין" (ברכות כ"ט).

ביבליאגראפיע: בנימין זאב באַכער: די אגדה פון די פּאלעסטינעזישע אמוראים (דייטש), אידישע ענציקלאפּעדיעס.


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!