רוי:קללה

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:קללות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א קללה אדער שעלטונג איז א וואונטש איבער שלעכטס וואס זאל באטרעפן דעם פארשאלטענעם, אדער א דירעקטע ווענדונג צו גאט אז ער זאל שיקן די שלעכטס.

אין דער אידישער רעליגיע און אין די פאלקס-גלויבונגען ווערט אנגענומען, אז דאס שעלטן איינעם האט גאנץ אפט א ווירקונג. אין תנ"ך געפינען מיר פיל שטעלן מיט קללות, פון וועלכע מערסט כאראקטעריסטיש איז דער ספור מיט בלעם, וועמען בלק מלך מואב האט גערופן צו שעלטן די אידן[1].

די קללות אין תנ"ך הייבן זיך אן געווענליך מיטן ווארט "ארור" (פארשאלטן זאל זיין), ווי "ארורה האדמה"[2]. ווען גאט האט געגעבן פאר אידן די תורה האט ער זיי אויך געגעבן "ברכה וקללה"[3], דאס הייסט, אויב זיי וועלן מקיים זיין די תורה וועלן זיי זיין געבענטשט, און אויב זיי וועלן עובר זיין אויף דער תורה וועלן זיי זיין פארשאלטן.

אין דער גמרא געפינען מיר, אז א מענטש זאל זיך נישט ארויסכאפן מיט א ווארט פון שעלטן, ווייל עס קען מקוים ווערן, דאס הייסט "אל תפתח פה לשטן"[4].

זעט אויך

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!