רוי:קישקע

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:קושקע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קישקע געפילט מיט מצה מעל און שמאלץ

געפילטע קישקע איז מאכל פון מזרח-אייראפעאישע אידן, געמאכט פון דער גראבער קישקע פון רינדער געפילט מיט געפרעגלטן ציבל, מעל, שמאלץ און געווירצן.

די געקאכטע קישקע קען זיין יעדן פארב פון ווייס-גרא ביז ברוין-אראנזש, דאס ווענדט זיך אין וויפיל געווירצן מען לייגט אריין בעיקר די פאפריקע. היינטיגע צייטן ניצט מען סינטעטישע איינוויקלונג אנשטאט עכטע קישקע פו א בהמה. ענליך צו קישקע איז מעגעלע, מען מאכט דאס אין שטוב מען פילט אן די הויט פונעם האלדז פון א הינדל אדער אן אינדיק.

די קישקע מאכט מען געווענליך פרייטאג, און מען לאזט זי קאכן אין דעם טשאלנט, וואס מען עסט שבת בייטאג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!