רוי:קוגעלעך

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קוגעלעך איז א שפיל וואס איז פאפולער ביי חרד'יש אידישע קינדער אין אמעריקע און ארץ ישראל.

דער שפיל

דער שפיל ווערט געשפילט מיט פינף קליינע, פיר-עקיגע, קעסטלעך אין וועלכע מען ווארפט איינס אדער מער אין די לופטן און ביז עס קומט אראפ טוט מען א געוויסן שפיל מיט איינס אדער מער פון די וואס ליגן, און דערנאך כאפט מען די קעסטל פון דער לופט.

דער שפיל קען געשפילט ווערן מיט וויפיל מענטשן מען וויל, און יעדער שפילט אין זיין רייע. ווען עס געלונגט נישט א שפיל פאר א שפילער, גייט דער שפיל צום נעקסטן. עס איז אויך א גוטע שפיל צו שפילן אליינס.

דער שפיל גייט ווי פאלגנד:

  1. דער שפיל פלאץ קען זיין אויף א הארטער ערד אדער א ברייטן טיש.
  2. צוערשט צו-ווארפט מען די קוגעלעך אויפ'ן שפיל פלאץ.
  3. דערנאך הייבט מען אן שפילן לויט די סדר פון די חלקים.
  4. יעדער שפילער גייט ביי זיין רייע, און שפילט לויט'ן סדר ביז עס געלונגט אים נישט א שפיל. דאן גייט דער שפיל צום נעקסטן.
  5. ווען עס קומט צום שפילער'ס רייע דעם נעקסטן מאל גייט ער ווייטער פון וואו ער האט פריער געהאלטן.
  6. דער געווינער איז דער וואס איז אנגעקומען די ווייטסטע אין די חלקים, אדער ביים צייט אפגעמאכט פון פאראויס, אדער ווען די שפילער מאכן אפ צו פארענדיגן דעם שפיל.

ערשטער חלק

איינצעלנע

  1. מען קלויבט איין קוגעלע און מען ווארפט דאס אין דער לופט.
  2. דערנאך כאפט מען איינע פון די קוגעלעך פונ'ם שפיל פלאץ, און דערנאך כאפט מען די פון די לופט מיט דער זעלבער האנט.
  3. דערנאך, האלטנדיג די פריער געכאפטע קוגעלעך אין די האנט, ווארפט מען איינס ארויף און מען כאפט נאך איינס פון דעם שפיל פלאץ, און דערנאך כאפט מען די פון די לופט. אזוי טוט מען ביז מען האט אלע קוגעלעך אין די הענט.

צווייערס

די זעלבע ווי פריער נאר מען כאפט צוויי אויף א מאל ווען דער געקליבענע קוגעלע איז אין די לופט.

דרייערס

מען כאפט דריי, און דערנאך איינס.

פירערס

מען כאפט פיר אויף אמאל.

על יד

מען ווארפט אלע קוגעלעך אין די לופטן און מען כאפט זיי אויפ'ן אויבערשטען חלק פון די האנט. דער שפיל איז א געלונגענע אויב מען כאפט ווייניגסטענס צוויי.

בריקן

מען פאָרעמט א בריק דורך אויסשפרייטן די ערשטע צוויי פינגערס (גראָבע פינגער אנטקעגן די צייגפינגער) אויפ'ן שפיל פלאץ. דערנאך ווארפט מען איין קוגעלע אין די לופט און מען פרוּאווט איינציגווייז אריינצושיסען די קוגעלעך דורכ'ן בריק און דערנאך כאפן די קוגעלע פון די לופט. ווען עס זענען שוין דורכגערוקט פיר קוגעלעך רוקט מען פשוט אדורך דעם לעצטן. די קוגעלעך וואס ווערן דורכגערוקט טארן זיך נישט אנרירן. דערנאך קלויבט מען איינס צו ווארפן אין די לופט און מען כאפט די אנדערע פיר.

צווייטע חלק

דריטע חלק

א.א.וו.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!