רוי:צידוק הדין
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
צדוק-הדין נאָמען פון א תפילה וואָס מען זאָגט, ווען מען ברענגט א מת אויפן בית עלמין; מען הויבט אָן מיט דעם פּסוק פון חומש דברים ל"ב, הצור תמים פּעלו" (גאָט איז גערעכט אין זיינע מעשים), און דער אויסדרוק "צדוק הדין" איז דער טייטש די רעכטפאַרטיגונג פון אורטייל וואָס גאָט האָט אַרויסגעגעבן.
דעם נוסח פון צדוק הדין געפינען מיר שוין אין דער גמרא עבודה זרה י"ח. רב עמרם גאון אין זיין סידור ברעגט דעם נוסח פון דער ברכה פון צדוק הדין.
אין די פייערליכע טעג ווען מען זאָגט נישט קיין תחנון, זאָגט מען אויך נישט קיין צדוק הדין.
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!