רוי:פראנץ דער ערשטער
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
פראַנץ דער ערשטער (Francis I; געבוירן פעברואר 12, 1768, פירענצע–געשטארבן א' אדר תקצ"ה; מערץ 2, 1835, וויען) איז געווען דער ערשטער עסטרייכישער קייסער 1792–1835, און דער לעצטער קייסער פונעם א.ג. הייליגן רוימישן אימפּעריע (אלס פראַנץ דער צווייטער) ביז 1806.
הערשאפט
פראנץ, זון פון דער צוקונפטיגער קייסער לעאפּאלד דער צווייטער און מאריא לואיסאַ פון שפּאניע, האט באקומען זיין פּאליטישע בילדונג פון זיין פעטער, קייסער יאזעף דער צווייטער, וואס האט נישט געגליכן זיין פּלימעניק'ס איינפאלסלאזיגקייט און עקשנות אבער געלויבט זיין פלייס און געפיל פון פליכט און יושר.
אויפשטייגנדיג צו דעם טראָן נאך דעם טויט פון זיין פאטער אין 1792, האט פראנץ גע'ירש'נט די פּראבלעמען וועלכע זענען אויפגעקומען דורך די פראנצויזישע רעוואלוציע. אלס אבסאלוטיסט וואס האט פיינט קאנסטאטוציאנאליזם אין יעדן פאָרעם, שטיצט ער עסטרייך'ס ערשטער קאָאַליציע מלחמה קעגן פראנקרייך (1792–1797), און קעמפט צומאל זעלבט אין קריג, ביז ער איז געצוואונגען צו אננעמען די טריטי פון קאמפּא פארמיא (1797), דורך וועלכער די אימפּעריע פאַרלירט לאָמבאַרדיע און די לינקע ברעג פון די רהיין. ער ווערט ווידער באזיגט דורך פראנקרייך (1799–1801), אבער באלד נאכדעם וואס נאפאלעאן האט זיך געמאכט פאר קייסער פון די פראנצויזן, האט ער דערהויבן עסטרייך צום סטאטוס פון אן אימפעריע (1804). נאכדעם וואס עסטרייך איז ארויס אין קריג קעגן נאפּאלעאן צום דריטן מאל אין יאר 1805 און איז נאכאמאל באזיגט געווארן, האט נאפּאלעאן דיקטירט די אויפלעזונג פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע; פראנץ פארציכטעט אויף זיין טיטל אין 1806.
דערמיט האט זיך אויך אין דייטשלאנד פארענדיגט די 'אנסיען רעזשים' וואס איז געקומען צו א סוף אין פראנקרייך אין 1789. אין 1809 פירט עסטרייך זיין פערטן ערפאלגלאזן קריג קעגן נאפּאלעאן. פראנץ, וועלכער טרויעט קיינמאל רעוואלוציאנערישע אדער אפילו פאלקס באוועגונגען, פארלאזט פּראָ-האַבסבורג טיראָלע רעבעלן צו פראנקרייך און בעהמען. הגם פראנץ האט פאראכטעט נאפּאלעאן , האט ער, צוליב שטאַט סיבות, נישט געוואגט אים אפצוזאגן די האנט פון זיין טאכטער מארי לואיז, מיט וועמען נאפאלעאן האט חתונה געהאט אין 1810. פראנץ אליין איז געווען אנוועזנד ביי פילע שלאכטן פון 1813–1814, וועלכע האבן ענדליך צעשטערט דעם פראנצויזישן קייסער'ס מאכט. נאך דעם וויענער קאנגרעס (1815), האט פראנץ געשטיצט זיין הויפּט־מיניסטער, מעטערניך, אין דער קאנסערוואטיווער און ריסטריקטיווער פּאָליטיק וואס איז געווארן באקאנט אלס דער מעטערניך סיסטעם. פראנץ האט אונטערדריקט ליבעראליזם און ווידער איינגעשטעלט גרויסע טיילן פון די מאכט פון די רוימישע קאטוילישע קירכע, וועלכע איז פארלוירן געגאנגען אונטער יאזעף דער צווייטער. דאך איז ער געווען א פּאַטראָן פון די קונסט און וויסנשאפטן, און האט נישט געקווענקלט איינצופירן אינאוואציעס, ווי דאַמפּשיפן אויף די דונאי, אדער צו ווייזן אַן אינטערעס אין דער אנטוויקלונג פון אייזנבאן.
באציאונג צו אידן
דער טאָלעראנץ־פּאַטענט פון קייזער יאָזעף איז, אַזוי ווי איבעריקנס אַלע אַנדערע רעפאָרמען זיינע, ביטער באקעמפט געווארן פון דער קלעריקאלער הויף־קאַמאַריליע, וואס האט איבערגענומען די ממשלה אין וויענער הויף־בורג. בנוגע די אידן זענען די יאָזעפינישע רעסטריקציעס און גזירות אויפגעפרישט און נאך מער פארשארפט געווארן, אבער אָן וועלכע עס איז יאָזעפינישע פארלייכטערונגען. די יאָזעפינישע איסורים און גזירות בנוגע דער אידישער באפעלקערונג, אין באצוג צום וואוינרעכט אין די דערפער, זענען געווארן שטרענגער. דאס לעבן איז מיט יעדן טאג געווארן מער ביטער, און געוויסע גזירות זענען געגאנגען אזוי ווייט, אז זיי זענען געבליבן אויפן פּאפּיר, ווייל זייער הארבקייט האט זיי געמאכט אומדורכפירבאר.
אין געוויסע שטעט ווי לעמבערג, נייסאָנדז, טארנאָוו און גראָדעק זענען ווידער איינגעפירט געווארן געטאָס. נאָר מענטשן מיט אַ הויכער ערודיציע — אין דער דייטשער שפּראַך נאטירליך — און וואס האבן דערצו געהאַט אַ פארמעגן פון 30,000 גולדן, האָבן געקענט באקומען אַן ערלויבעניש צו וואוינען אויסער די געטאָס. אין לעמבערג זענען די אידן, וואס האבן געלעבט אין שטאָט, געווען געצוואונגען (אין יאר 1795) צוריק אריבערצוציען זיך אין די געטאָס. מער נאך, אז א איד זאל קענען פאָרן פון איין שטאט אין אן אנדערער, האט ער באדארפט צו האבן א מין פּאַספּאָרט. טראָץ דעם, וואס די אָרימקייט איז געשטיגן פון טאג צו טאג צוליב די אלץ נייע גזירות, זענען אבער די שטייערן כסדר געשטיגן אלץ העכער און העכער. אזוי איז דער שטייער פון כשר פלייש פארדרייפאכט געווארן. דער "שלייער־שטייער", דער "מנין־שטייער" און אלע אנדערע שטייערן זענען אויך געווארן באדייטנדיג ארויפגעשרויפט.
אין 1792 האט פראַנץ באפוילן די 'יודענאַמט' (אפיס פאר אידישע אנגעלעגנהייטן) צו דורכפירן די פילצאליגע באגרעניצונגען אויף אידישע באזעצונג אין וויען און געהויבן די 'באָללעטען' (שטייער באצאלט דורך א אידן יעדעס מאל ער קומט אריין אין שטאט).
דער הקדמה צו זיין פּאטענט פון 1797 וואס איז געגעבן געווארן צום בעהמישן אידנטום, וואס האט פּראקלאמירט גלייכבארעכטיגונג אלס איר העכסטן ציל, האט געהויבן ערווארווטונגען וואס זענען למעשה פארבליבן אומערפילט. רוב פון די פּעטיציעס צו פארבעסערן די לאגע פון די אידן געריכטעט צו אים דורך פאָרשטייערס פון די אידן אין דער אימפעריע זענען געבליבן אומגעענטפערט, כאטש אין 1798 האט פראַנץ אויטאריזירט די עקזיסטענץ פון 52 קהילות אין מעהרן. ער האט איינגעשטימט צו דער אפיציעלער באנוץ פון "מר." אנשטאט "איד" אין באצוג צו אידישע בירגער.
בשעת דער וויענער קאנגרעס איז א פּעטיציע וואס האט פארלאנגט א טיילווייזע גלייכבארעכטיגונג, פאָרגעשטעלט דורך ב. עסקעלעס, נ.א. ארנשטיין און ל. הערץ, געווען אומערפאלגרייך (זעט אויך מעטערניך).
אין פראנץ'נס איטאַליענישע פּראָווינצן, אבער, זענען עמאנציפּאציע מאסנאמען נישט צוריקגעדרייט געווארן. אין גאליציע האט פראנץ געשטיצט נפתלי הערץ האמבערג; די קענטעניס פון זיין קאַטעכיזם 'בני ציון' איז געווארן פארלאנגט אין 1810 פון אלע אידישע פּארפעלקער וואס האבן רעגיסטרירט זייער חתונה.
בשעת פראנץ האט זיך כסדר באנוצט מיט אידישע פינאנץ און פינאנציעלע ראט, האט פראנץ אָן צעגערונג באשולדיגט די אידישע פינאנצירן אין אלע עקאנאמישע קראנקהייטן פון דער אימפּעריע.
אום ט"ז אדר תקצ"ה (1835) האבן די אידן פון בראד זיך צוזאמענגענומען פאר א הספד אויף פראנץ[1].