רוי:פאול וואלפאוויטש
פאול וואלפאוויטש (געבוירן דעם 22סטן דעצעמבער 1943) איז א געוועזענער אמעריקאנער אקעדעמיקער און רעגירונג איינגעשטעלטער. דינענדיק אלס אונטער-סעקרעטאר פון פארטיידיגונגס מינעסטעריום איז ער געווארן באטראכט אלס פרעזידענט בושס הויפט יועצים וואס האבן געשטופט די מלחמה אין איראק און איז געווען דער הויפט ארכיטעקט וויאזוי דאס אויסצופירן. אום 1טן יוני 2005 איז ער דערהויבן געווארן צו אנפירן די ארימקייט פראבעלם לעזונג פון דער גאנצער וועלט, אלס פארזיצער פונעם וועלט באנק. ער האט רעזעיגנירט 17טן מאי 2007 צוליב א קאנטרעווערסיע
אידישקייט
זיין פאטער איז א ניו יארקער איד אן אימיגראנט פון פוילן, און זיין גאנצע משפחה פון פאטערס זייט זענען פארטיליגט געווארן אין אוישוויץ, דאס האט שטארק באיינדרוקט אים צו ווערן אקטיוו אין גלאבאלע וועלט פאליסי.
ער איז געווען באטראכט פון די וועלט אלס זייער פרא-ציוניסטיש געשטימט און די ליבעראלן פלעגן שטענדיג אנווייזן אז בלויז צוליב די ציונים ווי וואלפאוויטש זענען מיר אין איראק וואס מיר פארלירן די טויזנטער קרבנות דארטן אן קיין שום דירעקטע ציל פאר אמעריקע, נאר בלויז פאר די זיכערהייט פון ארץ ישראל וואס איז געווען באדראעט פון סאדאם כוסעין.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!