רוי:סטראבערי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סטראבערי
Fragaria Fruit Close-up.jpg
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
אָפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Magnoliopsida
סדר: Rosales
פאַמיליע: Rosaceae
אונטערפאַמיליע: Rosoideae
Tribe: Potentilleae
Subtribe: Fragariinae
מין: Fragaria
געצייטיגטע סטראבעריס
ווילד וואקסנדע סטראבעריס
סטראבערי בלומען און אינמיטן אנטוויקלענדע סטראבעריס
נאנטער בליק אויפן אויבערפלאך פון דער סטראבערי

טרוסקאַווקעס (קלובניקעס, ערדבערן) זענען די רויטע שרייעדיגע קאליר פרוכט וועס איז פון דער ראזאצעאיי (Rosaceae) פאמיליע.

אנדערשט ווי אלע אנדערע פרוכט, איז די פרוכט אליין רייך מיט קערענדליך אז דאס זאל ווערן צוריק איינגעפלאנצט, און אין שפיץ פון די פרוכט האט דאס די בלעטל.

מען נוצט דאס אויך צו מאכן רויט און זיס אנדערע עסנווארג און געטראנקען.

זי איז רייך אין ווייטאמין סי.

זי ווערט היינט בעיקר געפלאנצט און פארשפרייט פון טשילע.

ברכה

כאטש די טרוסקאַווקעס וואקסן אויף פלאנצן וואס די ווארצלען האלטן פון יאר צו יאר, דאך פירט מען זיך צומאכן אויף זיי די ברכה בורא פרי האדמה, וויבאלד די פרוכט מיט זיינע שטענגלך וואקסן פונדאסניי פון די ווארצלען יעדעס יאר, דערפאר קען מען עס נישט אנרופן פרוכט פון בוים[1] .

בדיקת תולעים

עס איז פון הלכה שטאנדפונקט גאר שווער און אטייל מיינען כמעט אומעגליך צו קלויבן פון ווערעם. במשך די חדשים פון אייר און סיון תשס"ז האט זיך די אידישע וועלט שטארק געטומלט וועגן דעם פראבלעם פון תולעים אין סטראבעריס, און עטליכע חשובע הכשרים אזוי ווי עדה החרדית התאחדות הרבנים און וואלאווע האבן ארויסגעגעבן קול קורא'ס אז מען טאר נישט נוצן קיין שום פרישע סטראבעריס. און שפעטער האט מען פארברייטערט דעם איסור אויך אויף געפרוירענע סטראבעריס.

מצוות התלויות בארץ

די טרוסקאַווקע וואקסט אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.

שמיטה

דער דאטום וואס פאלט אויף די טרוסקאַווקעס די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש תשרי פון דעם זיבעטן יאר, ביז חנוכה פון אכטן יאר.

זעט אויך

רעפערענצען

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון
  1. או"ח ר"ג סעיף ב' ורמ"א ועיין משנה ברורה סק"ג

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!