רוי:סטיוו דזשאבס

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:סטיוו זשאבס)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סטיוו דזשאבס

סטיוו דזשאבס (24סטן פעברואר 19555טן אקטאבער 2011) איז געווען דער גרינדער און סי-אי-או פון דער עפל קאמפיוטער פירמע וועלכע פראדוצירט דעם מעקינטאש קאמפיוטער און די פאפולערע אייפאן, אייפעד און אייפאד,

היסטאריע

דזשאבס איז באקאנט אלס א מענטש מיט א שטארקן כאראקטער און כאריזמע וועלכע האט געברענגט אסאך נייע ערפינדונגן צו די קאמפיוטער וועלט. דזשאבס האט געגרינדעט די עפל קאמפיוטער פירמע אין 1976 און איז ערשט געווען א קאלאבאראטירער און נאנטער פריינט מיט ביל געיטס דער גרינדער פון מייקראסאפט. דזשאבס האט ערצייגט די וועלט'ס ערשטע פערזענליכע קאמפיוטער באקאנט אלס די עפל 2 וועלכע האט אנטהאלטן פראגראמירונג סקריפטס וואס איז געשריבן געווארן דורך מייקראסאפט. מייקראסאפט האט זיך דאן אנגעשלאסן מיט איי-בי-עם און איינגענומען די קאמפיוטער וועלט איבערלאזנדיג עפל מיט געלונגענע פראדוקטן אבער אן קיין ערנסטע סעילס.

דזשאבס איז פארשיקט געווארן פון עפל אין די 80'גער יארן און האט אליינס געבויט עטליכע גוטע קאמפיוטערס וועלכע האבן קיין איינע נישט געהאט קיין גרויסע הצלחה אויף די מארקעט. עפל האט זיך דאן געפּלאָגט פינאנציעל און דזשאבס איז צוריק גענומען געווארן אלס סי-אי-או. באלד דערויף האט דזשאבס איבערגעטוישט די פירמע און ערצייגט די איי-מעק קאמפיוטער און שפעטער די פאפולערע איי-פאד וועלכע איז געווארן א ביזנעס ווערט די האלב פון עפל'ס פארדינסטן.

ער איז געשטארבן אין אקטאבער תשע"א נאך א לענגערער קאמף מיט לעבער קענסער רח"ל,

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!