רוי:מישעל אבאמא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אונטערשריפט פון מישל אובמה

מישעל אָבאַמאַ איז אַן אדוואקאט און די פרוי פון באראק אבאמא. זי איז געבוירן געוואָרן אויפן 17טן יאַנואַר 1964 אין שיקאגא, אין די פאראייניגטע שטאטן, און איז אָפגעוואַקסן געוואָרן אין דעם "סאָוט זייט" (דרום שטח) פון דער שטאָט; זי וואוינט נאָך דאָרט מיט איר פאמיליע. זי האָט געקראָגן איר באַקאלאַראַט ביי פרינצטאן אוניווערסיטעט, אין ניו דזשערסי, און איר מאַגיסטיר אין געזעץ פון הארווארד אוניווערסיטעט. זי האָט צוויי קינדער מיט באַראַק.

ווען איר מאן איז געלאפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט זיך געמאכט אמאל אז ער האט געוואונען די פריימעריס ביי אסאך שטעט, און זי איז געווען אויסער זיך פון צופרידנהייט, דאן האט זי געזאגט איר באקאנטע ארויסזאג: עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך פריי זיך אז איך בין אן אמעריקאנער! דאס האט דערנאך געצויגן גרויס קריטיק פון דעם רעכטן פאליטישער לאגער אין אמעריקא, זייט דאן פרובירט זי נישט צו ציען צופיל אויפמערקזאמקייט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!