רוי:מיידזשי רעסטאראציע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער מיידזשי קייסער גייט אריבער פון קיאטא קיין טאקיא

די מיידזשי רעסטאַראציע (יאפאניש: 明治維新) איז געווען א סעריע פון געשעענישן און פראצעסן אין דער היסטאריע פון יאפאן, וואס האבן פאסירט אין און נאך 1868, וואס זייער ציל איז געווען צוריקצוקערן די הערשאפט איבערן לאנד צום יאפאנישן קייסער. די רעסטאראציע האט גורם געווען ברייטע ענדערונגען אין דעם פאליטיק פון יאפאן און אין דער סאציאלער סטרוקטור פונעם לאנד, וואס האט אנגעוויזן דעם סוף פון דער עדא תקופה און דעם אנהייב פון דער מיידזשי תקופה.

היסטארישער הינטערגרונט

זייט דעם אנהייב פונעם 17טן יארהונדערט האט יאפאן אנגענומען א פאליטיק פון איזאלאציע פון דער וועלט, וואס האט באקומען דעם נאמען "סאַקאקו" (לאנד אין קייטן). פרעמדע בירגער זענען נישט געווען ערלויבט אריינקומען אין יאפאן, אחוץ האלענדישע סוחרים, וואס זענען באגרעניצט גאווארן צום קינסטליכן אינזל דעזשימא לעבן נאגאסאקי. דאך, אינעם 19טן יארהונדערט האבן אנגעהויבן די מערבדיקע גרויסמאכטן צו אינטערעסירן זיך מער און מער אין יאפאן, און שיפן פון די רוסלענדישע, אמעריקאנישע און בריטישע אימפעריעס האבן אנגעהויבן באזוכן די יאפאנישע פארטן.

ווירקונגען

די מיידזשי רעסטאראציע האט פארגיכערט די אינדוסטריאליזאציע פון יאפאן, ביז אין 1905 איז יאפאן געווארן א מיליטערישע מאכט.

דרויסנדע לינקס

P history.png דער ארטיקל בנוגע היסטאריע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!