רוי:מאטקע בלוי
ר' מאטקע בלוי איז דער אנפירער גרינדער און הויפט עסקן פאר משמרת הקודש והחינוך.
ער איז א ירושלים'ער געבוירענער און אייניקל פון רבי עמרם בלוי ז"ל.
ער חזרט שטענדיק איבער אז ער האט נישט גארנישט פון זיין גאנצער עסקנות און ער טוט בלויז די שליחות פון די רבנים בעיקר רבי ניסן קארעליץ און רבי שמואל וואזנער.
ער האט פאר א שטיק צייט צוריק אנגעהויבן א חרדישע אויסגאבע פון נעשונאל זשיאגראפיק זשורנאל ריין פון אפיקורסות פון עוואלוציע און צניעות ארטיקלן, אונטערן הכשר פון משמרת הקודש והחינוך.
אויך האט ער אנגעהויבן צו לייגן דרוק מיט סוקסעס אויף אלע קאנצערטן פון חול המועד עס זאל האבן די הכשר פון משמרת הקודש והחינוך, און די 3 גרויסע זינגער יעקב שוועקי, מרדכי בן דוד מיט אברהם פריד וואס טרעטן אויף פאר געמישטע עולם באקומען נישט זיין הכשר, אבער ליפא שמעלצער באקומט יא[מקור פארלאנגט].
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!