רוי:לעאפאלד דער דריטער פון בעלגיע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

לעאפאלד דער דריטער פון בעלגיע (דער פולער נאמען: לעאפאלד פיליפס קארעל אלבערט מיינראד האבערטוס ; אויף פלעמיש: Leopold Filips Karel Albert Meinrad Hubertus Maria Miguel) געבוירן 3טן נאוועמבער 190125סטן סעפטעמבער 1983, איז געווען דער פערטער קעניג פון די בעלגיער. ער האט געוועלטיגט פון 23סטן פעברואר 1934 ביז ער האט אויפגעגעבן די טראן פאר זיין זון אינעם 16טן יולי 1951. לעאפאלד דער דריטער איז געווען א קינד פון אלבערט דער ערשטער און זיין ווייב עליזאבעט. ער האט חתונה געהאט צו אסטריד פון שוועדן דער טאכטער פון קארל דער פרינץ פון שוועדן, און האבן געהאט דריי קינדער.

ווען די נאציס האבן אינוואדירט בעלגיע, אין יאר 1940, איז ער געווען קעניג, און ער איז אנטלאפן קיין לאנדאן, ענגלאנד, אינאיינעם מיט זיין רעגירונג, און אויפגעשטעלט די בעלגישע רעגירונג אין גלות, ביז די אליאירטע האבן צוריק איינגענומען בעלגיע.

קעניגן פון בעלגיע

לעאפאלד דער ערשטער לעאפאלד דער צווייטער אלבערט דער ערשטער לעאפאלד דער דריטער באדעוויין אלבערט דער צווייטער פיליפ
1865 - 1831 1909 - 1865 1934 - 1909 1950 - 1934 1993 - 1950 1993 - 2013 2013 -
Great coat of arms of Belgium.svg

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!