רוי:ליסטע פון Windows ווערסיעס
Windows 1.0
Windows 2.0
Windows 3.x
Windows 95
Windows 95 איז א גראפיקאל יוזער אינטערפעס (GUI) אפערירן סיסטעם וואס איז דערשינען געווארן כ"ח אב ה'תשנ"ה ; דעם 24טן אויגוסט 1995. עס איז דער ערשטער אפערירן סיסטעם פון מייקראסאפט וואס האט צוזאמען געשטעלט DOS מיט Windows, ביז Windows 95 האט מען געדארפט אינסטאלירן פריער DOS און דערנאך האט מען געקענט אינסטאלירן Windows.
Windows 95 איז פיל פארבעסערט געווארן פון Windows 3.11 מיט דעם "גראפישן באניצער אינטערפעס" און ביז יעצט ווערט דאס גענוצט אין Windows XP.
Windows 98
ווינדאוס 98 איז איז א גראפיקעל יוזער אינטערפעס (GUI) אפערירן סיסטעם וואס איז דערשינען געווארן 25 אין יוני 1998, ארויסגעגעבן דורך מייקראסאפט, עס ערזעצט ווינדאוס 95, און עס איז איינער פון 3 אפערעיטינג סיסטעם פון די ווינדאוס 9X פאמיליע, וואס איז געבויט אויף דעם DOS אפערירן סיסטעם.
ווינדאוס 98 פארמאגט פארשידענע פארבעסערינגען פון ווינדאוס 95, צווישען די נייע זאכן וואס איז שטארק פארבעסרט געווארן איז PLUG IN PLAY.
Windows Me
Windows Me איז א גראפיקעל יוזער אינטערפעס (GUI) אפערירן סיסטעם וואס איז דערשינען דעם 14טן סעפטעמבער 2000, ארויסגעגעבן דורך מייקראסאפט, עס ערזעצט Windows 98, און זי איז די לעצטע פון דריי אפערירן סיסטעמען פון די ווינדאוס 9X פאמיליע, וואס איז געבויט אויף דעם DOS אפערירן סיסטעם.
Windows Me איז געווען א שטיקל דורכפאל פאר מייקראסאפט, עס איז ארויס געקומען 7 חדשים נאך Windows 2000 און וויבאלד Windows 2000 (דער NT קערל) איז נאך נישט גרייט פאר די קאנסומער ווייל רוב קאמפיוטער שפילערייען פון יענער צייט און אסאך קאנסומער פראגראמען האבן נאך נישט געארבעט מיט Windows 2000, האט מייקראסאפט ארויס געגעבן Windows Me אבער עס איז נישט געווען צו שטארק סטאביל, און עס האט געהאט פארשידענע פראבלעמען, ממילא איז עס נישט געווארן צו אויפגעכאפט.
Windows 2000
Windows 2000 (אויך גערופן בקיצור Win2K) איז א גראפיקעל יוזער אינטערפעס (GUI) אפערירן סיסטעם וואס איז דערשינען געווארן י"ד אדר א' ה'תש"ס ; 17טן פעברואר 2000.
Windows 2000 איז געבויט אויף ווינדאס NT באזע, אינערלעך ווערט עס אנגערופן ווינדאוס 5NT, און עס איז נישט געבויט אויף DOS קערל. ווינדאס 2000 איז געווען מייקראסאפטס ערשטע עכט סטאבילע אפערירן סיסטעם.
ווינדאוס 2000 פארמאגט 4 ווערסיעס
- ווינדאוס 2000 Professional
- ווינדאוס 2000 Server
- ווינדאוס 2000 Advanced Server
- Windows 2000 Datacenter Server