רוי:כתר, ניו יארק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
כתר, ניו יארק (ווילידזש)
Kaser
מדינה / טעריטאָריע Flag of the United States.svg פאראייניגטע שטאטן

 ‑ אין ווילידזש

5,354‏  (שטייענדיג 2016)

כתר איז א שטעטל (ווילידזש) אין ראמאפא וואס איז א וויזשניצער געגנט צפון פון מאנסי. אין דעם צענזוס פון 2010 איז זיין באפעלקערונג געווען 4,724. כתר באדעקט א שטח פון 0.4 קוואדראט ק"מ.

כתר איז געגרינדעט אין יאר תש"נ לפ"ק (1990), בעיקר פאר וויזניצע חסידים, צוליב די דעמאלסדיגע שטרענגע טאון אויף ראמאפאו בויען אין זאונינג געזעצן, בכדי זיך צו קענען אן עצה געבן מיט דעם וואוקס פון די פרישע פארפעלקער, וואס איז אויף דעמאלטס געווען א לעזונג. זי געפונט זיך אין די שטאט מאנסי, אין די טאון אויף ראמאפאו אין איר מעייאר איז הרב דוב (בערל) ראזענפעלד.

דער וויצע-בירגעמייסטער איז שלמה קאניג.

53.4% פון די באַפעלקערונג איז אונטער די עלטער פון 18.

שפעטער מיט דער צייט ווען דער ציבור האט זיך נאך מער פארברייטערט, האט דער מאנסי-וויזשניצער רבי געעפנט א שטעטל אין קייאמישע לייק נאנט צו זיין ישיבה וואס ער האט שוין ארויסגעטראגן אהין עטליכע יאר פריער, און צעביסלעך ווערט דארטן א הערליך שיינער יישוב מיט די נאטור פון די בריאה, אינאיינעם מיט א חסידישן קרייז, ווי אויך פולע וואס האבן זיך געקויפט דארטן דערנעבן דירות און פארן ארויס אהין פון צייט צו צייט, אריינגערעכנט אדמו"רים, ווי צ.ב.ש. רבי ישראל אברהם פארטוגאל, סקולענער רבי, וואס ווי באקאנט וויילט ער זייער אסאך אינדרויסן צוליב דער פרישער לופט וואס פעלט איהם אויס פאר דעם געזונט האט ער דארטן הארט נעבן זיין פריוואטער דירה א אידישן יישוב מיט אלע צוגעהערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!