רוי:כעמישער עלעמענט

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:כעמיקאלע עלעמענטן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די פעריאדישע טאבעלע פון די כעמישע עלעמענטן

א כעמישער עלעמענט איז א מין אטאם וואס איז דעפענירט ביי איר אטאמישן נומער; ד.ה. דער נומער פון פראטאנען אין איר אטאמישער יאדער.

דער טערמין איז אויך באנוצט צו באצייכענען א לויטערע כעמישע סובסטאנץ קאמפאזירט פון אטאמען וואס פארמאגן דעם זעלביגן נומער פון פראטאנען.[1]

די מערסטע באנוצטע ביישפילן פון עלמענטן זענען הידראגען, אזאט, און קוילנשטאף.

אין סך הכל, 117 עלעמענטן זענען שוין געווארן אבזערווירט ביזן היינטינגן יאר 2007, פון וואס 94 שפילן זיך אפ נאטירליך אויף דער ערד.

עלעמענטס מיט דעם אטאמישן נומער מער פון 82 זענען אומסטאביל און אויסגעשטעלט צו דורכגיין ראדיאאקטיווע צעפוילונג. און צוגאב, עלעמענטן 43 און 61 האבן נישט קיין סטאבילע איסאטאפן, און טוען אויך דורכגיין צעפוילונג.

מיט דעם אלעם טוען אפילו די עלעמענטן ביז אטאמישן נומער 94 מיט נישט קיין סטאבילע ניוקלי זיך יא אפגעפינען אין נאטור, אלס רעזולטאט פון די נאטורליכע צעפוילונג פראצעס פון אוראניום און טאריאום.[2]

אלע כעמישע מאטריאלן באשטייען פון די דאזיגע עלעמענטן.

נייע עלעמענטן ווערן כסדר ערפינדן דורך אומנאטורליכע עקספערימענטן פון יאדערישע רעאקציעס.

קלאסיפיקאציע

מען קען קלאסיפיצירן די עלעמענטן אויף פארשידענע אופנים.

ערשטנס קען מען טיילן די עלעמענטן אין מעטאלן און נישט-מעטאלן; אויך זענען פאראן עטליכע האלבמעטאלן. רוב עלעמענטן זענען מעטאלן.

אן אנדער קלאסיפיקאציע איז לויט די צושטאנדן פון מאטעריע. אן עלעמענט קען זיין סאליד, פליסיג, גאז אדער פלאזמע. ביי נארמאלע טעמפעראטור און דרוק זענען רוב עלעמענטן סאליד; נאר 11 זענען גאזן און 2 פליסיג.

רעפערענצן

  1. Compendium of Chemical Terminology, כעמישער עלעמענט
  2. A. Earnshaw, Norman Greenwood. Chemistry of the Elements, Second Edition. Butterworth-Heinemann, 1997

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!