רוי:קלעזמער

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:כלעזמער)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קלעזמער גענומען פון די ווערטער "כלי זמר", באַדייט אַלץ אונטער ייִדישער נגינה: מוזיק, טאַנץ און חתונה געזאַנגען. שטאַמט פון די אידן פון מזרח אייראָפּע אין די יאָרן 1500 אין ווייטער. אויך דער מוזיקאַנט וואָס שפּילט כּלי־זמר מוזיק הייסט אַ קלעזמער' (לשון־רבים: (קלעזמארים) בעיקר שפּילט מען טאַנץ ניגונים פאַר חתונות, און אויך ביי אַ הכנסת ספר תורה.

קלעזמער טוט באַצייכענען:

א. אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן מוזיקער-אינסטרומענטאַליסט אָדער די עטליכע מוזיקער פון אַזאַ מין, וועלכע שפּילן טראַדיציאָנעלע מזרח-אייראָפּעישע אשכנזישע מוזיק אויף ייִדישע שמחות.

ב. מוזיקער בכּלל, באַזונדערס פון אַ ייִדישן אָפּשטאַם.

ג.היינטיגער/היינטיגע מוזיקער וועלכע פּראַקטיצירן אַ שפילן, וואָס אימיטירט די טראַדיציאָנעלע כּלי־זמר-מוזיק ,אָפט איבערגעפלאכטן מיט היינטצייטיקע מוזיק-טראַדיציעס פרעמדע פאַר טראַדיציאָנעלע כּליזמר.

ד. די מוזיק פון כּליזמר אָדער/און זייער מלאכה, ווי אויך אַלצדינג וואָס איז דערמיט פאַרבונדן /אויך 'כּליזמריי'/.

ה. אַן אייפעמיזם גענוצט /געווענליך ניט באַרעכטיקט/ צו באַצייכענען אַ יעדן מין פון ייִדישער מוזיק בכּלל, ניט נאָר די טראַדיציאָנעלע ייִדישע אינסטרומענטאַלע מוזיק בפרט.

דרויסנדיקע פאַרבינדונגען

P music.svg דער ארטיקל בנוגע מוזיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל