רוי:ישראל יהושע זינגער
ישראל יהושע זינגער (1893 - 1944), באוואוסט מיטן פסעוודאנים י. י. זינגער, איז געווען אַ אידיש שפּראַך שרייבער, א ברודער פון יצחק באַשעוויס זינגער. ער האָט געשריבן ראָמאַנען, דערציילונגען און זיכרונות. ער איז געבוירן געוואָרן אין בילגאריי, פוילן, און האָט געוואוינט אין וואַרשע. אין 1934 האט ער אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע. ער האָט געאַרבעט ביים פאָרווערטס. ווען ער איז אַלט געווען 51 יאָר איז ער געשטאָרבן אין ניו יאָרק.
ביאגראפיע
ישראל יהושע זינגער איז געבוירן אין בילגאריי, רוסיש פוילן אין 1893 צו זיין פאטער, הרב פינחס מענדל זינגער און זיין מוטער בתשבע זילבערמאן.
רשימה פון זינגערס ווערק
אַ רשימה פון זינגערס ווערק על־פּי דער נאַציִאָנאַלער ייִדישער ביכער צענטער אין אַמעריקע; ביי יעדע בוך איז די דאַטע אַז עס איז ערשט דערשינען געוואָרן:
- ליימגרובן (1924)
- אויף פרעמדער ערד (1925)
- שטאָל און אייזן (1927)
- ניי-רוסלאַנד : בילדער פון אַ ריייזע (1928)
- יאָשע קאַלב (1932)
- די ברידער אשכנזי (1937)
- חבר נחמן (1938)
- די משפחה קאַרנאָווסקי (1943)
- פון אַ וועלט וואָס איז נישטאָ מער (1946)
- ווילי (1948)
- דערציילונגען (1949)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!