רוי:יעקב טעסלער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יעקב טעסלער
מדינה ישראלישראל ישראל
כנסת דעפוטאט
30 אפריל 20196 אפריל 2021
8 אפריל 202113 יוני 2021
3 יוני 2022 – אמטירט
כנסות 21–23, 24
אָנזיכטיגע אַמטן

יואל יעקב (יאנקי) טעסלער (געבוירן כ"ז סיון תשל"ג, 27סטן יוני 1973) איז א חרדישער פאליטיקער און כנסת דעפוטאט, וועלכער איז ערוויילט געוואָרן פאר דער אגודת ישראל פארטיי אין דער יהדות התורה פראַקציע. פריער האט ער געדינט אלס מיטגליד אין דעם אשדוד שטאָטראַט און געדינט אלס ראטגעבער פונעם וויצע געזונט-מיניסטער יעקב ליצמאן.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געוואָרן צו הרב אפרים טעסלער, וואס איז געווען דער ראש ישיבה פון דער וויזשניצער ישיבה אין הר נוף. און זיין ווייב חיה. אלס קינד האט ער געוואוינט אינעם סנהדריה קווארטאל פון ירושלים . ער האט געלערנט אין די וויזשניצער מוסדות און אין דער טשעבינער ישיבה. נאָך זיין חתונה, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אַשדוד .

ער האָט אָנגעהויבן זיין קאַריערע אין ציבור ארבעט ווי א מיטגליד פונעם רעליגיע־ראַט פאר אגודת ישראל, און גלייכצייטיג געראטן פראיעקטן פון דער "המודיע" צייטונג. אין 2009 איז ער ערוויילט געוואָרן צום אשדוד שטאטראט פאר אגודת ישראל, א פאזיציע וואס ער האט פארנומען ביז 2019. פון 2015 איז ער געווען דער געהילף פון דעם וויצע געזונט־מיניסטער, יעקב ליצמאן, אויך א מיטגליד פון אגודת ישראל.

אום 31סטן יאנואר 2019 האט דער צענטער פון אגודת ישראל באַשלאָסן אַז טעסלער זאל פארטרעטן דאס וויזשניצער חסידות אין דער יהדות התורה רשימה פארן כנסת, אנשטאט מנחם לייזער מאזעס.[1] מען האט אים געשטעלט אין פינפטן פלאץ אין דער יהדות התורה רשימה פאַר די 21סטן, 22סטן און 23סטן כנסת'ס. די פראקציע האט באקומען 7-8 זיצן און ער איז אריין אין כנסת.

אין דער יהדות התורה רשימה צו די וואלן פארן 24סטן כנסת האט מען אים געשטעלט אין אכטן ארט, צוליב דעם וואס מ'האט געפעדערט פארטרעטער פון בעלז און דגל התורה אין דער רשימה, און ער איז אריינגעקומען אין כנסת ערשט נאכן אקטיוויזירן דעם נארוועגישן געזעץ,[2], אָבער מיט דער גרינדונג פון דער 36סטער ישראל רעגירונג האט געענדיגט זיין קאדענץ.

דרויסנדיקע לינקס

רעפערענצן

  1. שמואל בן צבי, ‏מרכז אגודת ישראל החליט: אייכלר במקום הרביעי; טסלר יחליף את מוזס, אויף JDN‏, 31.01.2019 (העברעאיש)
    לוי אשכנזי, ח"כ מוזס לא ימשיך לקדנציה נוספת - מחליפו: יעקב טסלר, באתר לדעת, כד טבת התשעט
  2. יהדות התורה וש"ס יממשו את החוק הנורבגי, אויף בחדרי חרדים, 5 באפריל 2021

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!