רוי:יוסטוס פון טבריה

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

יוסטוס פון טבריה איז געווען א אידישער היסטאָריקער און קנאים־פירער קעגן די רוימער אין דער צייט פון דעם גרויסן יידישן אויפשטאנד. ער איז געווען אַ קעגנער פון יוסף פלאוויוס, וועלכער שרייבן וועגן אים אין זיין "אויטאָביאָגראַפיע." ער האָט פאַרפאַסט אַ אידישע געשיכטע, וועלכע איז פאַרלוירן געגאַנגען און ווערט דערמאָנט ביי פלאוויוס און אויך ביי די קריסטליכע קירכן־פאָטערס אייזעביוס און היעראָנימוס. ער האָט ווארשיינליך געהייסן אין העברעאיש "צדוק," וואָס איז אין לאַטיין "יוסטוט" (IVSTVS).


קוואַלן

דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט "יוסטוס פון טבריה" אין דער ייִדישער פאָלקס-ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות-הרבים.

Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!