רוי:טשעסטער נימיץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טשעסטער נימיץ

טשעסטער וויליאם נימיץ (24סטן פעברואר 1885 - 20סטן פעברואר 1966) איז געווען דער הויפט גענעראל פון דער אמעריקאנער ארמיי, און קאמאנדיר פון די אליאירטע קרעפטן אויפן פאציפישן אקעאן דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג.

יונגע יארן

ער איז געבוירן אין פרעדריקסבורג, טעקסאס, און ער האט געלערנט אין אקעדעמיע פון דעם ים פלאט, און אין 1905 האט ער פארענדיקט זיין שטודירן מיט אויסצייכענונג, ער איז גאר שנעל ארויף אין ראנג, און ער האט קאמאנדירט אויף א פלאט פון סובמארינען אין אטלאנטישער אקעאן.

צווייטער וועלט קריג

זיין שטארקייט האט זיך שטארק אנגעזען נאכן איינטריט פון די פאראייניגטע שטאטן, אין דער צווייטער וועלט קריג, נאכן אנגרייף פון יאפאן, אויף פערל הארבער. צען טעג נאך דער אטאקע, 17טן דעצעמבער 1941, איז ער געווארן קאמאנדיר פון פאציפישן פראנט, אין ראנג פון אדמיראל, מיטן שווערן קלאפ וואס די ים פלאט האט געהאט אין די אטאקע, האט ער אפגעשטעלט די מארש פון די יאפאנער, און געפירט זיין ארמיי צו עטליכע קריטישע זיגן אין די פאסיפיק, פון זיי די געלונגענע אטאקע אויף די קאראל אינזלען, אין אויסטראליע. סאלאמאן אינזלען שלאכטן, און די קאמף פון מידוויי אינזלען, וועלכע האט באצייכענט א ווענדפונקט אין די קריג, און יאפאן האט פארלוירן אלע זייערע פליגער טרעגער, מיט נאך אנדערע שיפן, וואס האבן געהערט צו דעם יאפאנישן קייסערליכן פלאט.

אין שפעטערע פאזעס אין די קריג, ווען אמעריקע איז אריבער פון דעפענסיוו, צו אפענסיוו. האט ער אנגעפירט מערערע שלאכטן, מיט גרויס דערפאלג, אויף פיליפינען און אויף גוואם, די קאמף פון איווא דזשימא, און אקינאווע קאמף.

ווען יאפאן האט זיך אונטערגעגעבן צו די אליאירטע, האט ערשט דאגלעס מעקארטור אונטערגעשריבן, און דערנאך נימיץ.

נאכן קריג איז ער אריבער אין ציווילן לעבן, ווי ער האט געארבעט פארן ים פלאט, און ווי אויך זיך פארנומען, מיט פארבעסערן די באציונגען, צווישן די פאראייניגטע שטאטן מיט יאפאן.

אויף זיין אנדענק, זענען דא א סעריע פון פליגער טרעגער, אין די אמעריקאנע ים פלאט. שאסייען וואס טראגן זיין נאמען. ווי אויך די צענטראלע ביבליאטעק פון די ים פלאט. אויך אן אייזבארג אין אנטארקטיקע, איז גערופן אין זיין אנדענק.

,

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!