רוי:דזשאן מעקעין
דזשאן סידני מעקעין דער דריטער (ענגליש: John Sidney McCain III; 29סטן אויגוסט 1936 – 25סטן אויגוסט 2018) איז געווען א רעפובליקאנער סענאטאר פון אריזאנע פון 1987 ביז זיין טויט אין אויגוסט 2018. ער איז געווען דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008 אבער דער דעמאקראטישער קאנדידאט, באראק אבאמא, האט אים געזיגט. זיין מיטלויפער אלס וויצע-פרעזידענט איז געווען סארא פעלין.
זיין ווייב איז סידני מעקעין. זיי האבן קינדער, אבער זי האט אויך אדאפירט א שווארץ קינד, פון אזיע.
ער איז געלאפן פאר רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט קעגן זשארדזש בוש אין 2004, אבער ער האט פארלוירן אין די פריימעריס. עס האט דעמאלטס געמאכט א רוגזה צווישן מעקין און בוש. ביי די לעצטע פריימעריס האט ער געהאט עטליכע קעגענער ווי מייק הוקאבי, רודאלף זשוליאני, מיט ראמני, אבער ער איז זיי אלע בייגעקומען. ווען ער האט געוואנען די נאמינאציע האט איהם פרעזידענט דזשארדזש בוש אינדארסט פאר פרעזידענט. אזוי ווי בוש איז דאן נישט געווען זיין פאפולער ביי די מאסען האט זיך בוש געווערטעלט פאר די פרעסע: איך וועל אלעס טועהן אז מעקעין זאל זיין פרעזידענט אפילו ער וויל איך זאל "נישט" ארבייטן פאר איהם, וועל איך עס טוהן...
ער האט געהאט הויט קענסער זייענדיג אויסגעשטעלט צו די זון פון דעם מדבר אין אריזאנע.
זשאן מקעין איז געווען א פילאט אין דער מלחמה פון וויעטנאם, און א שטיק צייט איז ער געווען געפאנגען ביי די וויעטנאמער אלס מלחמה געפאנגענער, ווען מען האט די וויעטנאמער האבן אראפ געשאסן זיין פליגער, און ער האט שטארק געליטן און וויעטנאם אזוי ווי אנדערער געפאנגענע, ער איז געווען איינגעשפארט אין א צעל וואס איז פיר פיס אויף צוויי פיס, זיינע הענט און פיס זענען געווען צוזאמעם געקוועטש פאר רוב טאג, מען האט איהם ארויס געלאזט נאר פאר צוויי דריי שעה אויף די לופט, ער ליידט נאך דערפון ביזן היינטיגן טאג, זיי לינקע ארעם קען ער נישט אויפהייבן העכער זיין קאפ, וועגען דעם ווערט ער באטראכט אלס אן אמעריקאנער העלד. עס ווערט פארציילט אז די וויעטנאמער האבן איהם צוגעזאגט מען וועט איהם גרינגער מאכן זיין תפיסה אויב ער וועט פארציילט די סודות וואס ער ווייסט פון מיליטער אבער ער האט זיך נישט געבראכען. זיין טאטע איז געווען א גענאראל פון די פילאטן וואס פירן באמבעס, און ער זעלבסט האט פארציילט אז זיין טאטע האט געמוזט אפמאכן אז מען זאל באמבאדירן די געגענט ווי ער איז געווען פארשפארט אין תפיסה, און כאטש זיין טאטע האט געטראכט אפשר איז ער דארט האט דאך געקוקט די אינטערעסין פון זיין היימלאנד אמעריקא און נישט די פריוואטע אינטערעסן פון זיין זון.
ער איז דערנאך געלאפן פאר סענאטער און אריזאנע און האט געוואונען יארן לאנג דעם זיץ.
ער ווערט באטראכט אלס מעסיג, ספעציעל ווען עס קומט צו אינערליכע טעמעס ווי גלאבאלע אנווארעמען, ווער עס זאל זיין אן אמעריקאנער בירגער, און טעמעס אויף ענערגיע, און דעריבער גלייכט איהם די אמעריקאנער פרעס און אויך אסאך אינדיעפנדען וויילער וואס געהערן נישט צו קיין שום פארטיי. אויך איז ער נישט אזוי בייסיג און שטרענג ווי אסאך רעפובליקאנער, אבער זיינע קעגענר זאגן אז שטילערהייט מיט זיין ווייך קול שניידט ער ביז צום זיבעטען ריפ... אזוי ווי ער האט געטועהן מיט זיין פאליטישער קעגענער מיט ראמני ביי די פריימעריס.
פון די אנדערע זייט די קאנסערוואטיוון פון די אמעריקאנער גלייכן אים נישט, ווייל ער איז צו מעסיג פאר זיי, אזעלכע ווי ראש לימבאו און דער אידישער קאנסעוואטיווער מארק לעווין, רייסן איהם אראפ טעגליך, זיי זאגן אז ער וועט מוזען שטארק ארבייטן איבערצייגן אז ער איז גענוג קאנסערוואטיוו.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!