רוי:קאנפערענץ פון אייראפעאישע רבנים

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:ועידת רבני אירופה)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די קאנפערענץ פון אייראפעאישע רבנים איז דער פרעמיער רבנישער אליאנץ אין אייראפע. די ארגאניזאציע האט ארום 700 רבנים פון קהילות און בתי כנסת אויפן קאנטינענט.

זי איז געגרינדעט געווארן אין תשט"ז דורך דעם בריטישן הויפט רב ישראל בראדי. דער דירעקטאר איז געווען לאנגע יארן אבא דונער, דער עלצטער זון פון הרב יוסף הירש דונער פון לאנדאן. אלע הויפט רבנים אין אייראפע האבן אנטייל גענומען אין דער ארגאניזאציע, און זענען געווען אנוועזנד ביי דער ערשטער קאנפערענץ, אין אמסטערדאם.

די קאנפערענץ ווערט געפירט דורך א קאמיטעט פון 25 מיטגלידער וואס קומען זיך צוזאם צוויי מאל א יאר. איין מאל אין יעדע צוויי יאר קומט פאר א קאנווענץ פון דער גאנצער ארגאניזאציע צו וועמען מ'רופט אלע הויפט רבנים און קהילה רבנים פון גאנץ אייראפע.

די קאנפערענץ האט א ספעציעלע אפטיילונג וואס באהאנדלט בויען מקוואות.

דער יעצטיגער פרעזידענט פון דער אייראפעאישער רבנים קאנפערענץ איז דער הויפט-רב פון מאסקווע, הרב פנחס גאלדשמידט, וועלכער האט געדינט אלס פארזיצער פונעם שטייענדיגן קאמיטעט איבער צען יאר. פריער איז געווען דער פרעזידענט, דער הויפט רב פון פראנקרייך הרב יוסף סיטרוק.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!