רוי:ווערטיקאל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ווערטיקאל איז די ריכטונג וואס שטייט איבער דעם האריזאנט, אנדערש ווי האריזאנטאל, וואס איז די ריכטונג וואס לויפט פאראלעל מיט'ן האריזאנט.

א ווערטיקאלער שטריך ציט זיך פון אויבן אראפ, בשעת א האריזאנטאלער שטריך ציט זיך פון לינקס צו רעכטס (אדער פארקערט).

אין קארטעזישע קאארדינאטן פון דער פארעם (x,y), דינט געווענליך דער ווערטיקאלער אַקס אלס דער y-אקס, ווען די פאזיטיווע נומערן געפינען זיך אויף דער אויבערשטער זייט פון דעם אקס.

P mathematics.svg דער ארטיקל בנוגע מאטעמאטיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.