רוי:וויליאם הערשל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
וויליאם הערשל
הויפט ביישטייערן
אנטדעקן אוראנוס
אנדעקן די לבנות פון סאטורן און אוראנוס
אנטדעקן אינפרארויט שטראלונג

סיר פרעדעריק וויליאם הערשל (ענגליש: Frederick William Herschell; ‏15טן נאוועמבער 1738 - 25סטן אויגוסט 1822) איז געווען א דייטשיש-בריטישער אסטראנאם, דער גרעסטער אָבסערוואַטיווער אסטראָנאָם פון יענער צייט. ער איז מערסט באַוואוסט פאַר זיין אנטדעקן דעם פלאנעט אוראַנוס אין 1781. ער האָט אויך אנטדעקט אינפרארויט שטראלונג, ביינערי שטערן און האט פארעפנטליכט וויכטיגע קאַטאַלאָגן פון שטערן און נעפלען. הערשעל האָט געבויט פיל טעלעסקאָפּן, אַריינגערעכנט די גרעסטע אין דער וועלט אין יענער צייט.

הערשל איז אויך געווען א מוזיקער אין זיינע יונגערע טעג. ער האָט געשפּילט די טשעלאָ, אָבאָ, האַרמפּסיקאָרד און אָרגאַן . ער האט פארפאסט א סך מוזיקווערק, אַריינגערעכנט 24 סימפאָניעס און פיל קאָנשערטאָס, ווי אויך א טייל קירך מוזיק.

יינגע יארן

ווילהעלם פרידריך הערשל איז געבוירן אין דעם עלעקטאראט פון האנאווער, איינער פון צען קינדער. זיין פאטער איז געווען פון א יידישן אפשטאם,[1] און אן אָבאָיסט אין דער האנאווער מיליטערישער קאפעלע. אין 1755, ווען האנאווער און גרויסבריטאניע זענען ביידע געווען אונטער דעם קרוין פון געארג דער צווייטער, איז דער האַננאָווערישע גוואַרדיע פאלק, אין וועמענס קאפעלע ווילהעלם מיט זיין ברודער יעקב זענען געווען אָבאָיסטן, אריבערגעפירט קיין ענגלאַנד. דאס קומענדיגע יאָר האבן די ברידער זיך אפגעזאגט פון דער קאפעלע, און האבן זיך אריבערגצויגן קיין לאָנדאָן זיך אויסמיידן פון דער זיבן יעריגן קריג.[2][3] p4 ווילהעלם, דעמאלסט אלט ניינצן יאָר, האָט געשווינד געלערנט די ענגלישע שפּראַך. אין ענגלאַנד איז ער געגאַנגען לויט דער ענגלישער ווערסיע פון זיין נאָמען, פרעדעריק וויליאם הערשעל.

אסטראנאמיע

אוראנוס

ווען הערשל האט אנטדעקט אוראנוס איז דאָס געווען די ערשטע אויפדעקונג פון אַ נייעם פּלאַנעט זינט אוראלטע צייטן. די ערשטע פינף: מערקור, ווענוס, מאַרס, יופּיטער און סאַטורן, זענען קענטיק מיט דעם נאַקעטן אויג, און זענען געווען באַוואוסט זייט דער פריערער געשיכטע. אוראנוס איז געווען דער ערשטער פלאנעט אנטדעקט דורך א טעלעסקאָפּ.אנדערע אסטראנאמער האבן געזען אוראנוס פריער מיט טעלעסקאָפּן, אָבער איז געווען אנגעצייכנט אויף קארטעס ווי אַ שטערן. הערשל האָט אויסגעפונען אַז ער באוועגט זיך קעגן דעם הינטערגרונט פון שטערן, און זיין ערשטער געדאַנק איז געווען אז עס איז אַ קאָמעט. דער פראנצויזישער מאטעמאטיקער פּיער לאַפּלאַס האט איבערגעקוקט זיינע מעסטונגען, און האָט אויסגערעכנט זיין אָרביט, און באוויזן אַז ער איז אַ פּלאַנעט.

רעפערענצן

  1. JewishEncyclopedia.com: "Herschel, Sir William" by Joseph Jacobs
  2. This was a major war which involved almost all the European powers from 1756 to 1763.
  3. Buttmann, Gunther 1974. In the shadow of the telescope: a biography of John Herschel. Lutterworth, Guilford. p50 & 197

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!