רוי:וויאטשעסלאוו מאלאטאוו
וויאַטשעסלאַוו מאלאטאוו (רוסיש: Вячесла́в Миха́йлович Мо́лотов; דעם 9טן מערץ 1890 - דעם 8טן נאוועמבער 1986) האט געדינט אלס אויסערן מיניסטער, פונעם סאוועטן פארבאנד, דורכאויס דער צווייטער וועלט מלחמה, און ער האט אונטערגעשריבן אויף דעם ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך. דער נאמען מאלאטאוו קאקטעיל, איז אויף זיין נאמען.
ער איז געבוירן אין קוקארקע, אינעם צארישן רוסלאנד, מיטן נאמען וויאטשעסלאוו מיכייעלעוויטש סקראביען, אין 1906 האט ער זיך אנגעשלאסן, אינעם סאציאל דעמאקראטיש, רוסלאנד ארבעטער פארטיי, ער איז ארעסטירט געווארן עטליכע מאל, געווען אין סיביר, פאר זיינע פאליטישע אקטיוויטעטן, ביזן אקטאבער רעוואלוציע, דעמאלט איז ער ערוויילט געווארן, צום צענטראלן קאמיטעט פונעם קאמוניסטישן פארטיי, און ער האט זיך געטוישט די נאמען צו מאלאטאוו.
ביז 1922, ווען ער האט אנגעפאנגען ארבעטן אונטער סטאלין, און ווען לענין איז געשטארבן, האט מאלאטאוו געשטיצט סטאלין קעגן טראצקי, און די אנדערע.
אין 1930 האט סטאלין אים געשטעלט אלס פרעמיער מיניסטער, און ער האט אונטער געשריבן
אויף אלע פארלאנגען פון סטאלין, אויף די ברוטאלע אויסרייניגונג, פון די פארטיי און סטאלינס פיינט.
אין 1939, איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, און אין יענע יאר האט ער אונטער געשריבן, דעם נישט-אגרעסיע-אקט מיט דייטשלאנד, וואס איז באוויסט אויפן נאמען ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך.
אין 1940, איז דער נאמען פון שטאט פרעם געטוישט געווארן צו מאלאטאוו, לכבוד זיין פופציגסטע געבורטסטאג.
ביי די צווייטע וועלט מלחמה, איז ער געווען זייער אקטיוו, פירנדיג געשפרעכן מיט די פאראייניגטע שטאטן, און מיט גרויס בריטאניע, נאכן קריג האט ער ווייטער אנגעפירט מיט דיפלאמאטישע אקטיוויטעטן, און ער איז געווען א פייערליכע שטיצער פון מדינת ישראל, אין 1949 איז ער אויפגעזאגט געווארן פון אמט, זיין ווייב פאולינע מאלאטאוו, א אידישע פרוי, איז ארעסטירט געווארן, און ער איז מעגליך אויך געווען אויף צרות.
ווען סטאלין איז געשטארבן, האט ער געשטיצט כרוסטשאוו, און ער איז צוריק געווארן אויסערן מיניסטער, ער האט געהאלפן אראפווארפן כרוסטשאוו, אין 1957.
אין 1963 איז ער ארויס אויף פענסיע, און ביז 1984, איז ער צוריק געברענגט געווארן צום פארטיי דורך טשערניענקו, ער איז געשטארבן אין 1986, אין מאסקווע, אלט זייענדיק 96 יאר.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!