רוי:האמעאפאטיע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

האמעאפאטיע (פון גריכיש האמויאס- ὅμοιος- "ענליך" + פאַטהאס πάθος "ליידן" ) איז א אנדער וועג צו היילן קראנקייטן. דער אויסטרעפער און גרינדער פון דעם וועג, סאמועל האנעמאן, א דאקטער אין דייטשלאנד, האט דאס ערפינדן אין יאר 1796. א דאקטער וואס היילט מיט האמעאפאטיע ווערט אנגערופן א האמעאפאַט.

היסטאריע

דר. סאמועל האנעמאן האט אנגעהויבן האמעאפאטיע אין יאר 1796 אין יענער צייט איז די אלגעמיינע שיטה פון היילונג (קאנווענציאנעלע מעדיצין —וואס סאמועל האנעמאן האט זי אנגערופן "אַללאפאטיע") געווען גאר צוריקגעשטאנען, און זי איז באשטאנען מערסטנס פון בלוט זויגן, ריינוגען און געבן שטארקע כעמיקאלן וואס גאר אפט האט עס מער געשאדט ווי אויפגעטוהן

אין 1779 האט האנעמאן גראדואירט פון מעדיצינישער שולע און אנגעהויבן צו פראקטיצירן מעדיצין און ער איז געווען שטארק אנטוישט אין דער אלגעמיינער היילונגס שיטה. דאן האט ער אנגעהויבן אליין זוכן און פארשן מעדיצין ביז ער האט אויפגעהערט צו פראקטיצירן מעדיצין און האט אנגעהויבן צו דינען אלס אפטייקער און צו איבערטייטשן מעדיצינישע בוכער און ער האט אנגעהויבן איבערטייטשן אויף דייטש די מאטעריע מעדיקא פון וויליאם קאַללען און ער איז אנטקעגן געקומען מיט די טשינארינדענבוים וואס העלפט פאר די וואס ליידן פון מאלאריע. און ווי קאללען גיט דארט צו פארשטיין ווי אזוי דאס היילט מאלאריע האט האנעמאן נישט אנגענומען קאללענ'ס טעאריע און ער האט איינגענומען פיר גוטע שלוקן פון דעם טשינארינדענבוים צוויי מאל א טאג פאר א פאר טעג און ווי האנעמאן באריכטעט האט אנגעהויבן ביי איהם ערשיינען סימפטאמען ענליך צו די פון מאלאריע. פון דעם איז ער געקומען צו א באשלוס אז די מעדיצין וואס היילט די קראנקייט וועט פאראורזאכן זיין ביי א געזונטן מענטש די זעלבע סימפטאמען וואס די קראנקייט ברענגט ארויס ביי א קראנקען.

דער וועג

דער הויפט פרינציפ

דער גרונד פון האמעאפאטיע און איר ערשטער און וויכסטיגסטער פרינציפ איז אז מען באהאנדלט א קראנקייט מיט א זאך וואס וועט גורם זיין אין א געזונטן מענטש די זעלבע סימפטאמען וואס זענען ערשינען אין דעם קראנקען, אין קורצן רופן זיי דאס דעם פרינציפ פון אייניגקייט.

די רעמעדי

די האמעאפאטישע מעדיצין וואס אין דעם האמעאפאטישן לעקסיקאן רופט מען די "רעמעדי" (דער באדייט פון דעם ווארט אין ענגליש איז א הייל מיטל, די רפואה), ווערט אהערגעשטעלט דורך אריינטון א זאך וואס איז גורם ביי א געזונטען מענטש סימפטאמען אין א באשטימטער מאס פליסיגקייט (וואסער אדער אלקאהאל) און מיט שאקלען מיט קראפט די צוזאמענשטעל וועט - לויט דער דאזיגער שיטה - די גאנצע צוזאמשטעל באקומען דעם היילונג קראפט, שטערקער ווי די אריגינעלע אן דער שעדליכקייט פון דער אריגינעלער, כאטש אז אין א לאבאראטארישער אונטערזוכונג וועט מען נישט געפינען אין דער פליסיגקייט קיין שום טייל פון דעם אריגינעל, און נאכמער לויט דער האמעאפאטישער שיטה ווי מער מען וועט דאס אויפשאקלען מיט וואסער לויט די פרינציפן וועט די רעמעדי אלץ שטארקער ווערן. דאס אהערשטעלן די מעדיצין ווערט אנגערופן אין דער האמעאפאטישער שפראך פאטענטאציע וואס דאס טייטשט אין ענגליש קרעפטן, דאס שטארקער מאכן די קראפט, און לויט דער האמעאפאטישער שיטה יעדע מאל וואס מען לייגט אריין א טראפ פון דער אהערגעשטעלטער רעמעדי (נישט דער אריגינעלע באשטאנדטייל) און מישט עס נאכאמאל מיט וואסער ווערט עס אלס קרעפטיגער.


מען דארף דא באטאנען אז דאס אליין איז שוין א סיבה אז די רעמעדי זאל נישט האבן קיין אומגעוואונטשענע זייטיגע ווירקונג ווייל איר קראפט איז נישט מער ווי אויפוועקן דעם קערפער.

מיט קורצע ווערטער: די קלאסישע האמעאפאטיע איז אין אונטערשייד פון דער אללאפאטישער שיטה פון צוויי זייטן, איינס, דער האמעאפאט וועט באטראכטן דעם קראנקען און זיין קראנקייט לויט די סימפטאמען און נישט לויט דער קראנקייט זעלבסט צוויי, די מעדיצין, אז א האמעאפאט וועט באנוצן רעמעדיס וואס איז אהערגעשטעלט אויף דעם וועג ווי אויבן דערמאנט (און נישט ניצן קיין אריגינעלע כעמיקאלן אדער געוויקסן א.ד.ג.), .

די טעאריע

די ערשטע זאך איז דא א שטארקע אונטערשייד ווי אזוי מען באטראכט א קרענק א אללאפאט קוקט אויף קרענק מיט א פאקטישע קוק ד.ה. דער קערפער טוט נישט וועס ער דארף טוען אויב אזוי וואס דארף דער דאקטער יעצט טוען קודם דארף פרובירן צו זעהן אפשר קען ער אוועק נעמען דעם שטערער און פון זיך אליין וועט דער קערפער צוריק גיין צו זיין געווענליכע אויפירונג אויב מען נישט אזוי מאכן דאן גיבט מען א כעמיקאל אדער דעס גלייכן וואס ער זאל אויפטון וואס דער קערפער טוט נישט נישט אזוי לויט האמעאפאטיע נאר א קראנקייט ווערט באטראכט אז עפעס אינם אינערליכע טייל פונם קערפער האט פארלוירן איהר אינערליכע קראפט און ער פירט מער נישט אן די פירערשאפט פון א געוויסע טייל פונעם קערפער.

די טעאריע איז אז כדי צו היילן דעם קערפער זאל מען נישט מיט געוואלט פארענדערן די אומגעוואונטשענע סיפטאמען נאר טו אופן קערפער איינפלוסן ער זאל זיך פירן ווי עס ברויך ווייל נאר דאן איז ער אויסגעהיילט און א האמעאפאטישע רעמעדי וועט נישט מער ווי אויפוועקן און דערפרישן די נאטירליכע היילונג קראפט וואס דער קערפער האט געזאלט פארמאגן נאטורליך און דערנאך וועט די היילונג פאסירן דורך דעם קערפער זעלבסט, און אט די קראפט געפינט זיך טאקע אין דער רעמעדי, (אין אונטערשייד צו דער אללאפאטישער שיטה וואס דרויסנדיגע עלעמענטן ווערן אריינגעלייגט אינעם קערפער און ווירקן אין אים).

פארשידענע טעאריעס זענען שוין געזאגט געווארן ווי אזוי דער האמעאפאטיע רעמעדי ארבעט פארוואס א זאך וואס טוט גורם זיין סימפטאמען וועט היילן די סימפטאמען און פארוואס ווען מען נעמט איין קליינע טייל פון א זאך וועט דאס היילן.

איין טעאריע וואס איז דערמאנט געווארן איז אז אזוי ווי די סימפטאמען וואס ערשיינען ביים קערפער ווען ער איז קראנק זענען געווענליך צייכנס פון דעם וואס דער קערפער פרובירט זיך צו שלאגן מיט דער קראנקייט אויב אזוי איז פארשטענדליך אז דאס וועט זיין די סיבה פארוואס ווען מען נעמט די גראז צום ביישפיל הייבט מען אן צו זען סימפטאמען פון א פארקילאכץ ווייל ער וועקט אויף דעם קערפער זיך צו שלאגן מיט א פארקילאכץ.

מוז דא אבער ערווענט ווערן אז קיין איינע פון די טעאריעס האבן נישט קיין ערנסטע גרונדן און זענען קיינמאל נישט אויפגעוויזן געווארן אויף קיין שום וועג, און נאך א פונקט אז סאמועל האנאמאן האט נישט אנגעהויבן פון א טעאריע נאר פון א פאקטישער זאך אז א געוויסע זאך וואס האט געהיילט מעלעריע האט ביי א געזונטע מענטש גורם געווען די זעלבע סיפטאמען ווי מעלעריע ברענגט וואס האט אים צוגעברענגט צו טראכטן אז אייניג היילט אייניג.

וויכטיגע פונקטן

צוליב ווייל האמעאפאטיע רעמעדי קומט היילן דעם קערפער נאטורליך קען זי אויך נישט אויפטון מער ווי דער קערפער קען טוען נאטורליך צוליב דעם איז דא אסאך פעלער וואס אפילו די האמעאפאטען וועלן מודה זיין אז זיי קענען אויף די פאל נישט היילן ווייל דער קערפער איז שוין געשעדיגט אויף אזוי ווייט אז מען קען עס שוין נישט צוריקשטעלן.

נאך א וויכטיגע זאך איז אז ווען איהר נוצט האמעאפאטישע מעדעצין דארפט איהר צולייגן קאפ און ארויסהעלפן אין אייער היילונג אן דעם וועט די הצלחה זיין מילד

פארשידענע שיטות אין האמעאפאטיע

אין האמעאפאטיע אליין איז דא פארשידענע שיטות, בעיקר ווערט עס איינגעטיילט אין צוויי די קלאסישע און די מאדערנע.

די אריגינעלע קלאסישע האמעאפאטיע

די קלאסישע האמעאפאטיע איז די שיטה פון האמעאפאטיע וואס סאמועל האנעמאן האט אירע גרונדן אוועקגעשטעלט אין זיין בוך ארגאנאן פון רפואה וואס ער האט ארויסגעגעבן אין יאר 1810, וואס די קלאסישע האמעאפאטן פירן זיך לויט אים ביזן היינטיגן טאג ,

איין סימפטאם איין רעמעדי

נאכדעם וואס האנעמאן האט אוועקגעשטעלט זיין ערשטן פרינציפ האט ער אוועקגעשטעלט נאך צוויי פרינציפן איינס איין סיפמטאם צוויי איין רעמעדי לויט דער שיטה דארף דער האמעאפאט אויסהערן דעם פאציענט אלעס ארום זיין לעבנס געשיכטע פון געבורט כדי צו פארשטיין דעם מענטש מיט אלע פראבלעמען פיזיש, געפיליש און גייסטיש און צוזאמען נעמען אלע סימפטאמען און געבן בלויז איין רעמעדי וואס איז דאס מערסטע צוגעפאסט פאר דעם געוויסן פאציענט, דאס הייסט ער דארף אים געבן די מעדיצין וואס וועט גורם זיין ביי א געזונטן מענטש די אלע סימפטאמען. דער האמעאפאט וועט געווענליך נעמען צו הילף א בוך מאטעריא מעדיקא וואס דארט ווערט אויסגערעכנט פארשידענע רעמעדיס פאר וועלכע צוזאמנעם פון סימפטאמען זי איז א היילונגסמיטל.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז טאקע צוליב דעם דארף זיך א האמעאפאט זיך גוט אויסלערנען דעם פאך און אויך ארבעטן מיט א באזונדערן צוגאנג פאר יעדן פאציענט באזונדער און נאך א גאר וויכטיגע פונקט אז ווען א פאציענט קומט אריין צו א האמעאפאט דארף ער זיין אינגאנצן אפען און איהם פארציילן אלעס פון זיין לעבנס געשיכטע ארום און ארום ווייל אויב ער פארפעלט אפילו איין איינצעלהייט וואס ער האלט פאר נישט וויכטיג צו פארציילן אדער ער וויל עס גאר באהאלטן צוליב בושה אדער צוליב אנדערע סיבות קען עס צוברעגען אז די באהאנדלונג זאל אינגאנצן נישט ווירקן.

א ערשטע באזוך פון א פאציענט ביי אן האמעאפאט נעמט בערך צוויי שטונדע ביז ער קומט צו א גרונטליכער אפשאצונג אויף דעם פאציענט, און אויך נאכדעם נישט אלעמאל וועט ער פארשריבן א רעמעדי אויפן ארט טיילמיל וועט ער דאס וועלן איבערטראכן און אייך הייסן צוריקקומען א שפעטערדיגע צייט צו אפנעמען אייער רעצעפט, און ערשט הייבט זיך עס נאר אן, ווייל נאך נעמען די רעמעדי פאר א באשטימטע תקופה דארפט איהר נאכאמאל באזוכן דעם האמעאפאט צו איבערקוקן די אויפטוען פון דעם רעמעדי א.א.וו. .

אויך איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט פאר א ערשיינונג ווי אן אויערן האמעאפאט אדער אן אויגן האמעאפאט ווייל יעדער האמעאפאט דארף באטראכטן דעם גאנצן מענטש פון אלע זייטן און צוליב דעם איז אויך דא אסאך א גרעסערע מעגליכקייט פאר א טעות.

עס איז אינטערסאנט צו אנצייכענען אז א קלאסישער האמעאפאט מיט א אלאפאט קוקן אזוי אנדערש אויף היילונג און קראנקייט אז זיי קענען זיך כמעט נישט צונויפרעדן.

מאדערנע האמעאפאטיע

די מאדערנע האמעאפאטיע קען מען אויך אוועקשטעלן אז מען נוצט די האמעאפאטישע שיטה אינאיינעם מיט דער אלאפאטישער שיטה. די שיטה ווערט אויך אנגערופן "האמאטאקסיקאלאגיע".[1][2] די שיטה איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך א דייטשן דאקטער מיטן נאמען היינס היינריך רעקוועג, אינעם 20סטן יארהונדערט.

די שיטה האט נאר אנגענומען די ערשטע העמעאפאטישע טעאריע די געזעץ פון אייניגקייט אבער ווי אזוי צו באנוצן די שיטה האבן זיי אוועקגעשטעלט זייער אייגענע שיטה אנדערש ווי האנעמאן האט אוועקגעשטעלט, אויב אזוי איז זעלבסטפארשטענדליך אז דער צוגאנג פונם דאקטער און די באהאנדלונג פון אזא דאקטער וועט נישט אויסזעהן קיין סאך אנדערש ווי די צוגאנג פון א אלאפאט, און נאכמער איהר וועט טרעפן אסאך דאקטוירים וואס פראקטיצירן ביידע שיטות.

אויך ווי א פארזעצונג צו די שיטה איז דא היינט צי טאג צובאקומען האמעאפאטישע צוזאמשטעלינגען וואס זענען צונויפגעשטעלט צו היילן א קראנקייט צום ביישפיל א צוזאמשטעלונג פאר א לונגען אנצינדונג.

אהערשטעלן א רעמעדי

האמעאפאטישע רעמעדיס קענען ווערן אהערגעשטעלט פון יעדע זאך וואס האט זיך אויפגעוויזן אז עס איז גורם אין א געזונטן מענטש געוויסע סימפטאמען.


דער מקור פון האמעאפאטישע רעמעדיס זענען מערסטענס פון פלאנצונגען מינעראלען און לעבעדיגע באשעפענישן אבער קיין שום זאך אין דער וועלט ווערט נישט אויסגעשלאסן אז מען זאל נישט מאכן פון איהר האמעאפאטישע רעמעדיס פאקטיש איז דער מקור פון 70% פון האמעאפאטישע רעמעדיס פון פלאנצונגען ( הערבס ) היינטיגע צייטן וערן רעמעדיס אויך געמאכט פון שעדליכע מאטריאלען ווי צום ביישפיל פון באצילן וויירעסעס און די רעמעדי ווערט באנוצט סיי לויט איהר סימפטאמען בילד און דורך מאדערנע האמעאפאטען פשוט צו היילן פון די שעדליכע מאטריאל א רעמעדי געמאכט פון באצילן זיך צו היילן פון א באצילן אטאקע די ערשטע זאך דארף ווערן קלאר פעסגעשטעלט גענוי וועלכע סימפטאמען די פלאנצונג צום ביישפיל איז גורם.

איר פארשפרייטונג און אנגענומען ווערן

די האמעאפאטישע טעאריע איז דערווייל נישט איבערגעוויזן געווארן פאקטיש און טאקע צוליב דעם זענען די וויסנשאפטלער וואס מאכן אוועק די גרונדן וואס האמעאפאטיע האט אוועקגעשטעלט סיי אז דאס וואס טוט פאראורזאכן די סימפטאמען וועלן נישט היילן זיי נישט היילן און בעיקר מאכן זיי אוועק אז נאכן אויסמישן מיט וואסער טוט זי בכלל עפעס העלפן בשעת אז אין לעבערטארישע אינטערזוכונגען טרעפט מען גארנישט.

און לויט די אוועק מאכער די פאלן וואס עס העלפט יא איז עס נישט מער ווי א פלאצעבא.

די נאציאנאלע פארזיכערונג פירמעס אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע דעקן נישט קיין האמעאפאטישע באהאנדלונגען און טאקע צוליב דעם איז אנגענומען אין די וועלט אז האמעאפאטישע באהאנדלונג איז פיהל טייערער ווי די אללאפאטישער כאטש דער אללאפאטישער דאקטער נעמט געווענליך מער פאר זיין באהאנדלונג אבער דער פאציענט שפירט דאס נישט ווייל נישט ער צאלט נאר דער פארזיכערונגס פירמע, ביי די פריוואטע פארזיכערונג פירמעס איז יא פארהאן אז זיי זאלן דעקן האמעאפאטישע באהאנדלונגען.

די פעדעראלע FDA פון די פאראייניגטע שטאטן האט אנערקענט אין האמעאפאטיע אלס א היילמיטל און האלט אן אויפזיכט אויף האמעאפאטישע רעמעדיס זינט יאהר 1938, זיי ווערן ביי איר באטראכט אלס א מעדיצין אבער נאר אין א קאטעגאריע פון מעדיצין וואס קען פארקויפט ווערן אן א רעצעפט פון א דאקטער (OTC מעדיקאמענטן).

אבער מען דארף דא באטאנען אז עס איז נישט פארהאן קיינער וואס האלט אז א האמעאפאטיש רעמעדי קען שאטן זיכער נישט ווען זי איז שוין אפאר מאל געמישט מיט אנדערע פליסיגקייטן אז עס געפינט נישט קיין איין מאלעקול פון דעם אריגינעלן באשטאנדטייל.

און אויך לייגן זיי צו אז ווען דער האמעאפאט טוט דאס נישט אנצייכענען פארן פאציענט קען עס זיין גאר שעדליך.

דער האמעאפאטישער בליק

די האמעאפאטען פון זייער זייט האבן אן ענטפער אויף אלע טענות :

פאר אלעם זאגן זיי אז ווער עס פארשטייט ווי אזוי האמעאפאטיע ארבעט וועט גלייך פארשטיין אז האמעאפאטיע קען נישט און דארף נישט איבערגעוויזן ווערן פאקטיש אויף דעם וועג וואס די אללאפאטישע שיטה ווערט איבערגעוויזן, דער סבה פאר דעם איז ווייל ווי אויבן דערמאנט אז דער טעכנישע גאנג ווי אזוי האמעאפאטיע ווירקט אויפן קערפער איז אז ער וועקט אויף דעם קערפערס נאטורליכע היילונגס מיטל לויט דעם ווען א האמעאפאטישע רעמעדי ווערט אריין געטוען אינם קערפער וועט מען נישט זעהן קיין שום דירעקטע ווירקונג נאר מען וועט זעהן ווי פלוצונג ווערט ער געזונט אבער דער פארבינדונג מיטן רעמעדי ווערט נישט געזעהן דאס איז גורם אז כאטש אלע פארשונגען ווייזן אז אסאך מענטשען וואס האבן גענומען די רעמעדיס זענען געזונט געווארן מער ווי די מענטשען וואס האבן נישט גענומען גארנישט אדער נאר גענומען א פלעסיבא אבער וויבאלד עס ווירקט נאר אויף דעם אויבענדערמענטע וועג אויסערליך קוקט עס אויס בלויז ווי א פלעסיבא ווייל אלעמאל ווען עס ווירקט יא קען מען זיך שטעלן א פראגע ווער זאגט הונדערט פראצענט אז די רעמעדי האט דאס גורם געווען אויסער דעם וואס דער וויסענשאפטלער לויט זייער נייגונגען וועלן נישט אננעמען נאר א זאך וואס ווערט פאקטיש אויפגעוויזען.

נאך א וויכטיגע פונקט איז דא ביי האמעאפאטיע איז אז עס איז פיל שווערער פאר א האמעאפאט צו פעסטשטעלן ווי אזוי צו באהאנדלען דעם פאציענט ווי אויבן דערמאנט ווי ביי א אלאפאט ממילא מאכט זיך זייער אפט אז עס זענען פארהאן האמעאפאטען וואס טויגן נישט אומווייניגסטענס געזאגט.

רעפערענצן


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!