רוי:דעלטא (בוכשטאב)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דעלטא אדער דעלטא - (א גרויסער אות Δ, א קליינער אות - δ; גריכיש: Δέλτα) איז דער פערטער אות אין דעם גריכישן אלפאבעט. אין היינטיגע גריכיש ווערט דער אויס ארויסגעזאגט ווי th (אזויווי עס ווערט געזאגט אין דעם ענגליש this), אבער אין אלטן גריכיש איז דאס ארויסגעזאגט געווארן ווי א געהעריגן ד. אין גריכישער ליטעראטור צייכענט דער אות אן דעם נומער 4.
ער שטאמט פון דעם דלת אין כתב עברי . דער לאטיינישער בוכשטאב D און דער צירילישער בוכשטאב Д קומען פון דעלטא.
דער באנוץ פון דעם גרויסן אות Δ
דער אייבערשטער פאל פון דעלטא Δ קען ווערן באנוצט פאר:
- דער לאפלאס אפעראטאר:
- דער דיסקרימינאנט פון א פאלינאמישער גלייכונג, ספעציעל די קוואדראטישע גלייכונג:
- דער שטח פון א דרייעק
- די סימעטרישע דיפערענץ פון צוויי געזעמלען
- אומזיכערהייט אין א פיזישן וואריאבל לויטן אומזיכערהייט פרינצייפ
דער באנוץ םון דעם קליינעם אות δ
דער אונטערשטער פאל פון דעלטא δ קען ווערן באנוצט פאר:
- ענדערונג אינעם ווערט פון א וואריאבל אין קאלקולוס
- די קראנעקער דעלטא אין מאטעמאטיק
- די דיראק דעלטא פונקציע אין מאטעמאטיק
- טעקסט געצייכענט כדי אויסצומעקן אין קארעקטור ליינען
גריכישער אלפאבעט | |
---|---|
Α α | Β β | Γ γ | Δ δ | Ε ε | Ϝ ϝ | Ϛ ϛ | Ζ ζ | Ͱ ͱ | Η η | Θ θ | Ι ι | Ϳ ϳ | Κ κ | Λ λ | Μ μ | |
Ν ν | Ξ ξ | Ο ο | Π π | Ϻ ϻ | Ϙ ϙ | Ρ ρ | Σ σ | Τ τ | Υ υ | Φ φ | Χ χ | Ψ ψ | Ω ω | Ͳ ͳ | Ϸ ϸ | |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!